06 שס 2118016ש8 ש/0110טק 806נח 85טט 161121המח פום 1
000021100? 21016019 16286ז116
פיט 0
נעסס. 16ט1ס-100158ע0)ס1מו 1ו1416.00ס-װ1015ץ//:פ1ח
07008608 16049סעק 116110896 106 0
זסן ע1061ז51 סחז|חס 1466טסזט 18 101זס1סחז 1015 זס 010ז 0066 101ס'זסוזווזסס זסי1 צוחס 56ט 50001זסקן 0חשס11סן 406 01 פו 0001006 10096ט ,196 זסמ}ס עחם
6409 011חזס
נעסס. 16ט?1טס-100158ץ0)ס1מו
מ700002110 01016019 116111296 06 1 0
פיט 98
לייענט אינעם נומ, 8 ,סאָװטטיש היימלאנר"
טעאָרעטישע קאָנפערענץ פון , סאָװעטיש היימלאנד? איבער פּראָבלעמען פונעם אנטוויקלטן סאָציאליזם
א
נײַע איבערזעצונגען
קימא גרידינא. אף אין צװײַג זײַנען די בלעטער פארשיידן
יעלענא מאקאראָװא. רוּוים איסײַעװיטש דינע קאלינאָװסקאיא. די מאזליבראַכע קומט בייס מע האָרעװעט
3 {
לידער פון דאָרע כײַקינע, באָריס מאַגילנער, מאָטל גרוביאן
יי
ווערק פון אויסלענדישע שרײַבער
מוישע גיציס. (פשא). בלעטער (דאָקומענטאלע דערציילונג)
|+
כאיִם מעל א מוד. דער שרײַבער און זײַנע העלדן (וועגן דער שאפונג פון נאָטע לוריע)
אַָרגאן פון שרצבערפארבאָגך פון 9 סטר
דערשײַנט פון 1961
פארלאג ,סאַװעטסקי פּיסאטעל"
מאָס ק וו ע
טעװיע גען א שטאָט מיט קרויװים + .+ . . . 4 שמועל גאָ רדאָן. איז געװען אמאָל א פּאסטעכל.
די טערקישע שאל. אין דער פארקערטער ריכטונג 52 אירמע דרוקער. געזען און געהערט. . . . 19 בער האלפּּערן אין א יונגער שטאָט. דאָס אכזאָ-
ריעסדיקע װאָרט ייא + 4 5 2 6 2 ר יויסעף בורג. א נײַער אָנהײב. גװוּרע . . . . 123 יצכוצז שרצבמאן ה" + . + = + + + +- . 5ן והיי 7 ראאוםני. גאַװעלעטך + + + . . .'. 190 הערשל פּאָליאנקער. א געשיכטע מיט ביכער-
ליבהאָבער. פארלענגערט זיך די יאָרן. א מײַסע
מיט א באָרד יב אאר רע ישי די יא יי יי יי יי /! ארן װוערגעליס. פּראָבלעמען פון דער הײַנטצײ- טיקער ייִדישער סאָוועטישער פּראָזצ . . . . . 159
רעזומע לויט די מאטעריאלן פונעם נומער (רוסיש, ענגליש) ,
הויפּטירעדאקטאַר
די בײַלאגע צום נומער: מױישע אלטמאן ,באם פענצטער"
א. ווערגעליס רעדקאַלעגיע:
כ. ביידע1 (שטעלפארטרעטער פון
הױיפּטירעדאקטאָר), א. גאָנטאר,
ש. גאָרדאָן, ט. גען,
נאָטע לוריע, ב. מאָגילנער,
ב. מילער, כ. מעלאמוד,
ה. פּאָליאנקער,
ה. רעמעניק,
י. שוסטער (פאראנטװאָרטלעכער 8 סעקרעטאר), י. שרײַבמאן
די קינסטלערישע פּראָזע איז פון שטענדיק אָן ,קאָר-ברויט" פאר יעדער ליטעראטור, אי קייץ נידעש ניט, װאָס די פראַבקעמען פון אָט דעם זשאנער ריר אָן דעם עצעם טאָך
פונעם שעפערישן לעבן
האָבנדיק דאָס אין זינעה . האָבן מיר באשטימט אופרופן די פּראָזע-פּראַבלעמאטיק
אפן מאטעריאל - פון א קאַנקרעטן נומער ;סאַוועטיש היימלאנד",
דערבי אױיסמײַדן א ספּעציַעלן אָפּקלײַב פון װווערק פאר אָט דעם נומער,
: אײַנשליסן אין אים מאנוסקריפטן 0
פונעם אָפּעראטיוון. רעדאקציע "פּאָרטפעל.. לג ימו א 0
: אז אונדזערע לייענער
ועלן (מיט אינטערעס אופנעמען. אזא נומער פון ,סאָוועטיש היימלאנד", ו
| = אײַנזעענדיק אין אים א באווטן . - פון דער אָרגאנישער פארבינדונג | פון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראטור.
מיטן הײַנטצײַטיקן לעבן.
טעװיע גען
א שטאָט מיט קרויװים
! עליק זעגלמאן איז א באזאָרגער, א ,סנאבזשענעץ", ער ארבעט אין אָפּטײיל פאר טעכ- ! נישער באזאָרגונג אפן זאװאָד , מעטיז" (מעטאל-אויסארבעטונגען). אים קומט אויס אָפט ארומצופאָרן --'א סאך טעג אין יאָר איז ער אונטערוועגנס. ווען ער װאָלט געהאט א פרױ, װאָלט זי, מיסטאמע, ניט געווען צופרידן פון אזא קעסיידערדיקער ארומפאַרעניש, און עפשער, ווער קאָן וויסן, װאָלט זי יאָ געווען צופרידן ---א מאנספּארשוין, װאָס זיצט שטענדיק אין דער היים, פאָרט קיינמאָל אין ערגעץ ניט אוועק, איז אויך א קנאפּער פארגעניגן. ס'מאכט ניט אויס, אויב !פון צײַט צו צײַט זעט מען זיך ניט, דאן איז ליבער, ווען מע זעט זיך. אָבער זעליק האָט ניט קיין װײַב. עמעס, ער האָט א טאָכטער, און א טאָכטער, דערהויפּט א דערוואקסענע, האָט אויך װאָס צו זאָגן,
מע רופט זי ליובע. ווען ליובע גייט איבער דער גאס, קוקט מען זיך אום אף איר, דער- הױפּט, געוויינלעך, קוקן די מאנצבלען, װײַל ניט אומקוקן זיך אף אזא שיין מיידל קאָן מען ניט. אזוי װוי א ליכטיקער שײַטער טוט זיי א בלענד אין די אויגן א פּרעכטיקער קאָפּ בלאָנדע האָר און גרויסע בלויע אויגן אף א ווייך-מילדן טונקעלן פּאָנעם,
שײנקײַט איז א געבענטשטער אויצער, ביפראט נאָך, אז מע איז קלוג אויך. ליובע איז שיין און קלוג. ניט נאָר אין א מיידלשער קאָמפּאניע, נאָר אויך אין א קאָמפּאניע, װוּ ס'זײַנען פאראן באָכערים, הערט מען זיך צו, װאָס ליובע זאָגט, און אז זי לייגט עפּעס פאָר, נעמט מען מערסטנטייל איר פאָרשלאָג אָן, װײַל ער איז גוט דורכגעטראכט פון אלע זײַטן. צו די צוויי אײַנגעבוירענע מײַלעס -- שײינקײַט און קלוגשאפט -- קומט צו א דריטע מײַלע, א דערװאָר- בענע. ליובע איז א מיידל א געבילדעטע. פאראיאָרן האָט זי פארענדיקט דעם שפּײַזיאינסטי- טוט אין דער שטאָט מוראוועל, װוּ זי לעבט צוזאמען מיטן טאטן און איז אָנגעקומען ארבעטן אין דער אָרטיקער קאָנדיטערײַ-פאבריק, אלס מײַסטעריטעכנאַלאָג, אין ביסקוויטןיצעך. די ארבעט איז בא ליובען א זיסע.
א מיידל מיט אלע מײַלעס און מיט זיסקײַט נאָך דערצו, מעג זיך געוויס פארגינען אמאָל א קאפּריזעווע טאָן פארן טאטן, װאָס האָט זײַן טאָכטער ליב מער איידער זיך אליין, זי קאָן פאָדערן אפילע אזעלכס, װאָס עס לייגט זיך ניט אפן סייכל.
אין איינעם א זומערדיקן פרימאָרגן, ווען זעליק זעגלמאן האָט אין א נאָװוינע ווידער זיך געקליבן אין וועג, איז צװישן אים און ליובען פאָרגעקומען אזא דיַאלאָג:
-- טאטע, איך פאָר מיט דיר!
-- ביסט מעשוגע, טאָכטער מײַנע, װוּ מיט מיר, װאָס מיט מיר! איך וואלגער זיך אף א בעטל אין גאָסטיניצע און לויף ארום פון אינדערפרי ביז אָװנט, מע זאָל אָפּשיקן א װאגאָן מעטאל. ביז מע דערזעט אים, דעם וואגאָן, קריכן די אויגן ארויס פון קאָפּ.
-- אָבער דו פאָרסט קיין רודינסק?
-- יאָ, קיין רודינסק. איז װאָס איז די סימכע!
-- א טײַך איז אין רודינסק פאראן?
-- א טײַך איז פאראן. אוראל.
-- און א פּארק איז אויך דאָ?
-- א פּארק איז אויך דאָ, אפילע צוויי -- איינער אינעם אלטן רודינסק, אפן לינקן ברעג אוראל, און דער צווייטער אינעם נײַעם רודינסק, אפן רעכטן ברעג אוראל. אָבער צו װאָס טוג עס דיר? װאָס איז דיר פּלוצעם ארײין אזא געדאנק אין קאָפּ-- פאָרן מיט מיַר? פארװאָס ווילסטו הײַנטיקס יאָר ניט פאָרן צום יאם?
-- צום יאם דארף מען א פּוטיאָווקע.
-- פאראיאָרן ביסטו זייער שיין באגאנגען זיך אָן א פּוטיאָוקע, און האָסט זיך אומגעז קערט, וי פון א גוטן סאנאטאָרי -- א פאריכטע, א פארברענטע, א צופרידענע. װאָס זשע איז געשען איצט?
-- עס איז גאָרניט געשען, נאָר איך װעל פאָרן מיט דיר!
-- און װוּ וװועסטו דאָרטן וװיַנען?
-- דאָרטן, װוּ דו.
-- מײַנע װוינונגען! -- איך קריג א בעטל אין א נומער, װוּ עס שטייט נאָך א האלב צענדליק בעטלעך, און די גאָסטיניצע איז גלײַך לעבן זאװאָד, א קײַלעכדיקן מעסלעס שלינג איך דעם רויך.
-- װועל איך אויך שלינגען.
-- איך שלינג, װײַל איך מוז. אָבער צוליב װאָס דארפסטו שלינגען?
-- אלץ, װאָס דו דארפסט, טאטע, דארף איך אויך,
-- איז קום זשע אָן, טאָכטערקע, פאר אן אגענט ,פּאָ סנאבזשענייו", װער א טאָלקאטש אזוי װוי איך, װעלן מיר ארומפאָרן צוזאמען, -- ער האָט מיט האנאָע זיך צעלאכט, פירנדיק מיטן עלעקטרישן גאָלמעסער אהין און צוריק איבער דער רױט-אָנגעריבענער באק. יעדעס מאָל האָט ער געכאפּט א קוק אין שפּיגל, װיאזוי ס'גייט בא אים די גאַלעניש, און פונעם שפּיגל געווענדט די אויגן צו דער טאָכטער. דעם עמעס געזאָגט, איז אים געווען זייער צום הארצן, װאָס ליובע וויל פאָרן מיט אים. ער האָט דאָס אופגענומען, װי א סימען פון איר געטרײַשאפט, זי וויל אים באגלייטן, באהילפיק זײַן, עס ארט זי ניט, װאָס איר אורלויב װעט זי פארברענגען ערגעץ אין א רודינסק, אינעם דאָרטיקן רויך און טומל, אבי נאָר -- זײַן צוזאמען מיטן טאטן. אים איז שטארק געפעלן געווען איר זאָג, אז אלץ, װאָס ער דארף, דארף זי אויך.
-- מיינסט דאָס טאקע ערנסט, אז דו װילסט פאָרן מיט מיר, צי דו שפּאסט?-- האָט ער פונדעסטוועגן איבערגעפרעגט. ער האָט אױיסגעשלאָסן דאָס גאָלמעסער, און אינעם שטיליגע- װאָרענעם צימער האָט דורכגעהילכט ליובעס ענטפער --אן ענטפער פון א מענטשן, װאָס אז ער זאָגט עפּעס, איז געזאָגט:
-- אפן ניכטערן מאָגן, טאטע, שפּאס איך ניט. וואש זיך גיכער אײַן און לאָמיר זיך זעצן צום טיש. דו ווייסט דאָך, הײַנט בין איך נאָך ניט אין אורלויב, הײַנט ארבעט איך דעם לעצטן טאָג. די קאווע איז שוין פארטיק, און דײַנע באליבטע גרענקעס ---אויך,
זי האָבן זיך געזעצט עסן אין קיך באם טישל, װאָס שטייט אינעם פּיצינקן פרײַען װוינקל אנטקעגן דער גאזיפּליטע. בייסן פרישטיק האָט דער טאטע באשלאָסן ברענגען קלוימערשט א נײַעם ארגומענט, אז זי זאָל ניט פאָרן.
-- איך האָב שוין א בילעט, און דו האָסט ניט.,
-- יאָ, יאָ, טאטע, זייער גוט, װאָס דו האָסט דערמאָנט. קויף מיר א בילעט. און אויב אינעם זעלבן וואגאָן, װאָס איז בא דיר, װעסטו ניט קריגן, איז זאָל זײַן אין אן אנדער וואגאָן. מיר װועלן זיך אן אייצע געבן אין פּאיעזד, אז אונדזערע ערטער זאָלן זײַן צוזאמען.
פארן אוועקגיין אף דער ארבעט האָט ליובע א קוש געטאָן דעם טאטן אין איין באק, אין דער אנדערער, געוויינלעך קושט זי אים נאָר אין איין באק. דערנאָך האָט זי א װײַלע פאר- האלטן זיך באם שפּיגל, צוגעפארבט די ליפּן --נאָך די קושן איז די פארב פון זיי א ביסל אראָפּ. און אָט האָט זיך שוין דערהערט די צוגעטויבטע קלאפּערײַ פון אירע זומערדיקע טופ- ליעס איבער די טרעפּ, װאָס פירן אין דרויסן.
דער טאטע איז צוגעגאנגען צום פענצטער, און גלײַך האָט זי פוֹן הויף אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו אים, א פאָכע געטאָן מיטן װײַסן קוישעלע אין דער האנט, אָפּגעגאנגען א פּאָר טריט װײַטער און װוידער אויסגעדרייט זיך, ווידער א פאָכע געטאָן. ,די מאמזערטע, אז זי װויל עפּעס פּױעלן, וועט זי צען מאָל דרייען דעם קאָפּ און צען מאָל פאָכען מיטן קוישל", -- האָט ער גע" קװאָלן פון נאכעס. דעם טאטנס הארץ האָט געזונגען, דעם טאטנס הארץ האָט זיך געפרייט. אָבער צו דער זינגערײַ און פרייד האָט זיך צוגעמישט אן אומרװיַקײַט, עפּעס אזא מין נאָגנדיקע קלעמעניש, װאָס קומט דערהױיפּט די לעצטע צײַט יעדן מאָל אוף, ווען ער טראכט וועגן ליו- בען. די מײַסע איז, װאָס ליובע איז ניט זײַן אייגענע טאָכטער. ווען זי איז געווען א קליינינקע, דערנאָך, ווען זי האָט געלערנט אין שול, און שפּעטער, ווען זי איז שוין אפילע געווען א
פּ
סטודענטקע אין אינסטיטוט, אֹיז זי אלץ געווען פאר אים א קינד, א פרעמד קינד, װאָס איז געװאָרן אן אייגנס און טײַערס, וי ס'קאָן נאָר זײַן אייגן און טײַער בא א געטרײַען פאָטער א לײַבלעך איינציק קינד, א באסיעכידע,
הײַנטיקע צײַטן, ווען מיידלעך שפּרינגען ארויס, קוים זיי װערן נאָר אלט 18 יאָר, איז ליובע שוין אפילע א ביסל א פארזעסענע. איר איז פיר און צוואנציק. ס'באומרויקט דעם אָנ- גערופענעם טאטן, װאָס זי ,זיצט", און ס'באומרויקט אים, װאָס אין א באליביקן טאָג קאָן זי אויך ,ארויסשפּרינגען". זי װעט קומען אהיים און זאָגן, אז זי האָט כאסענע. ווען ס'װואָלט געווען א מאמע... מיט א מאמען אייצעט זיך א טאָכטער מער, װי מיט א טאטן. דער מאמען פארטרויט א טאָכטער די פארבאָרגנסטע זאכן. אָבער ליובעס מאמע האָט ער קיינמאָל אין די אויגן ניט געזען, און ליובע גופע געדענקט זי אויך ניט, איז ער פאר ליובען סײ א פאָטער, סײַ א מוטער...
2
זי איז טאקע געפאָרן מיט אים, א נאכטלעגער האָבן זיי אין רודינסק געקראָגן אין דער זאװאָדישער גאָסטיניצע---ס'איז א דרײַשטאָקיקער מויער, וועלכן מע האָט אויסגעבויט, ווען דער זאװאָד איז צען מאָל קלענער געווען, איידער איצט, און פון די צעכן ביזן האָטעל אין דאן געווען א היפּשער מעהאלעך. איצט איז דער האָטעל ארײַנגערוקט אין דער סאמע זאװאָד- געדיכטעניש. א בעטאָנענער פּלױט טיילט אים נאָר אָפּ פון דער זאװאָדישער טעריטאָריע. אין די האָטעל-נומערן ווימלט און שווימלט שטענדיק מיט מענטשן, אָנגעפאָרענע פון פארשיידענע שטעט. זעליק זעגלמאן איז דאָ, װי בא זיך אין דער היים. ווען מע לייגט אים פאָר אן אָרט אין דעם נײַעם האָטעל, אפן רעכטן ברעג אוראל, אנטזאגט ער זיך פון דער טויווע, כאָטש דאָרטן איז פיל באקוועמער און ס'איז ריינער די לופט.
-- איך בין שוין געװווינט צום לינקן ברעג, -- זאָגט ער, ---איך דארף דאָך זײַן נאָענט צום זאװאָד.
קוים באוויזן א קוק טאָן אפן בעטל, װאָס מע האָט אים געגעבן, איז זעליק זעגלמאן אוועק- געלאָפן אינעם אנדערן עק קאָרידאָר, אין צימער, װוּ סהאָט געקראָגן אן אָרט ליובע.
--- לייג זיך צו, רו זיך אָפּ פון וועג, -- האָט ער איר געזאָגט.
-- פארװאָס האָסטו זיך ניט צוגעלייגט!?-- האָט זי אים געפרעגט,
-- איך בין ניט אין אורלויב,--האָט ער א מאך געטאָן מיט ביידע הענט,--מע װעט פארמאכן די קאָנטאָר, און ס'וועט פארפאלן װוערן דער הײַנטיקער טאָג.
ער איז אװעקגעלאָפן. אין ליובעס צימער זײַנען געשטאנען נאָך דרײַ בעטלעך, נאָר די באלעבאָסטעס זייערע האָט מען דערװײַל נאָך ניט געזען. ליובע האָט זיך איבערגעטאָן, צוגע- קעמט זיך, איבערגעלייגט די זאכן אין טשעמאָדאן.
אפן טישל איז געלעגן א טעלעפאָן-ביכל אין זייער אן אָפּגעריבענעם אײַנבונד און מיט צעטריפּקעטע ברעגן פון די זײַטלעך. וויפל מענטשן עס האָבן דאָ אינעם צימער אמאָל גע- װווינט, אזויפיל האָבן דאָס ביכל געבלעטערט, געזוכט א נייטיקן טעלעפאָןינומער אָדער סטאם אזוי, פון ניט האָבן װאָס צו טאָן, געמישט די בלעטלעך. אין דער ערשטער העלפט פונעם ביכל זײַנען געווען די טעלעפאָנען פון זאװאָד און פון די שטאָטישע אונטערנעמונגען און אָרגאני- זאציעס. אין דער אנדערער העלפט -- די פּריוואטע טעלעפאָנען. אף א טשיקאװועסט, צו פאר- טרײַבן א ביסל די צײַט, האָט ליובע גענומען לייענען די פאמיליע-נעמען. אופגעמישט דאָס זײַטל אף דעם בוכשטאב ז, האָט זי זיך אָנגעשטויסן אף דער פאמיליע זעגלמאן. איינמאָל-- זעגלמאן מ. ל., װאָס װוינט אף אָרדזשאָניקידזע-גאס, הויז נומער 18. א צווייטן מאָל -- זעגלמאן ט. א., ער לעבט אף פּערװאָמײַסקאיא, הויז נומ. 55, און א דריטן מאָל -- זעגלמאן נ. א., לויטן אדרעס אָזיאָרנע געסל, הויז נומער 1. דרײַ זעגלמאנס מיט זייערע פּינקטלעכע אדרעסן זײַנען געשטאנען אין ביכל איינער נאָכן אנדערן, אזוי װי סאָלדאטן שטייען אין א שטרענגער קאָלאַ- נע, קאָפּ צו קאָפּ און נאקן צו נאקן. די אומגעריכטע אנטדעקונג האָט זי אי פארווונדערט, אי פארשאפט א פרייד. אין אומבאקאנטן װײַטן רודינסק -- דרײַ זעגלמאנס נאָר אינעם טעלעפאָן- ביכל, און אין שטאָט זײַנען, מיסטאמע, פאראן נאָך זעגלמאנס, װאָס האָבן ניט קיין טעלעפאָ- נען און שטייען ניט אין ביכל. ער זײַנען זײי! זעגלמאן איז עפשער ניט גאָר קיין זעלטענער פאמיליע-נאָמען, אָבער זייער אָפּט טרעפט מען אים אויך ניט. ס'קאָן זייער שיין זיך מאכן, אז דאָס זײַנען דעם טאטנס און, הייסט עס, אויך אירע קרויווים, אויב ניט אלע, אין כאָטשבי איינער, צוויי. אין דער שטאָט מוראוועל, װוּ דער טאטע און זי וווינען שוין בא די צוואנציק
0
יאָר, איז קיין איין זעגלמאן ניטאָ, כוץ זיי. ווען ס'װואָלטן געווען, װאָלט מען,. מיסטאמע, גע- הערט, דער טאטע װאָלט דערציילט. אָבער דער טאטע האלט אין איין איבערכאזערן, אז זי האָבן קיינעם ניט. אלעמען פארלאָרן בייס דער מילכאָמע. ער זאָגט נאָר ניט, אז זי, ליובע, איז אויך ניט זײַן אייגענע טאָכטער, אָבער דאָס ווייסט זי פונלאנג שוין אליין, און דאָס, װאָס ער איז א ,פרעמדער" טאטע, קימערט זי ניט, װײַל קיין בעסערן, קיין געטרײַערן טאטן פון אים שטעלט זי זיך ניט פאָר.
ליובע האָט א טראכט געטאָן, אז סװואָלט געווען זייער גוט, ווען אין יעדער שטאָט, װוּהין דער טאטע קומט, זאָל ער האָבן א קאָרעװו, דאָס װאָלט אים פארגרינגערט און פארזיסערט זײַנע אביקע נעסיעס, ער װאָלט געהאט, װוּ ארײַנצופאָרן, ער װאָלט אָפּגערוט און סװואָלטן אָפּגערוט פון אים די בעטלעך אין די גאָסטיניצעס. באטאָג לויפט ער ארום, פארדײַגעט און פארזאָרגט, וויאזוי ארויסבאקומען דאָס, נאָך װאָס ער איז געקומען צו פאָרן, דערפאר װאָלט ער אינאָװונט געהאט האנאָע, זיצנדיק באם טיש צװוישן אייגענע, מע איז אים מעכאבעד מיט היימישע מײַכאָלים, מע גיט אף אים אכטונג. נו, און זי אליין, ליובע... אין איר פאנטאזיע האָט זי זיך שוין פאָרגעשטעלט אז ארומגערינגלטע אין רודינסק מיט באָבעס, זיידעס, פעטערס, מו- מעס, שוועסטערקינדער, גלידשוועסטערקינדער, וועגן וועלכע זי האָט פריער ניט געהאט קיין אנונג און װאָס נעמען זי איצט מיט פרייד ארײַן אין דער גרויסער מישפּאָכע זעגלמאנס.
עס האָט בא איר אופגעהויבן זיך די שטימונג דערפון, װאָס די רײַזע אירע קיין רודינסק, צוזאמען מיטן טאטן, איז שוין ניט געווען קיין אומזיסטע, זי האָט דאָ א וויכטיקע ארבעט-- אָנקניפּן קרויוועשאפט, אופזוכן קרויווים.
ווען דער טאטע איז נאָך זײַנע איניאָנים אפן זאװאָד, א פארמאטערטער, מיט א זויערער מינע אפן פּאָנעם, --א סימען, אז ער האָט קנאפּ װאָס אופגעטאָן און װינציק װאָס זיך דער- שלאָגן, -- ארײַן צו דער טאָכטער אין צימער, האָט ליובע אים אָנגעזאָגט א גוטע בסורע:
-- טאטע, מיר האָבן קרויווים אין רודינסק!
-- קרויווים? פונוואנען האָסטו זיי גענומען?
-- טו אָן די ברילן און גיב אליין א קוק, -- זי האָט אופגעמישט דעם טעלעפאָן-בוך אפן נייטיקן זײַטל און גענומען דאָרטן טײַטלען מיט א פינגער אף די זעגלמאנס. -- וויאזוי אונדזער פאמיליע איז --- ווייסטו?
-- עס איז טאקע הײַנט א היץ ביז צום כאלעשן, אוואדע דרײַסיק גראדוסן, אַבער בא די געדאנקען בין איך נאָך, -- האָט ער זיך אָפּגערופן, אָנזאָטלענדיק די ברילן אף דער נאָז, -- אונדזער פאמיליע, דאנקען גאָט, געדענק איך,
-- נו, איז גיב א קוק. דו פאָרסט און פאָרסט אין אזא שטאָט, וי רודינסק, און ווייסט ניט, אז מיר האָבן דאָ אייגענע. זעסט, דרײַ זעגלמאנס נאָכאנאנד.
זעליק זעגלמאן האָט א קוק געטאָן אף די דרײַ זעגלמאנס פונעם ביכל און זיי אוועקגע- מאכט מיט דער האנט:
-- ווו זעסטו קרויווים?
-- װאָס הייסט װוּ! אונדזער פאמיליע איז דען ניט זעגלמאן?
-- זעגלמאנס איז דאָ א סאך. אין זלאטאָוסט איז דער דירעקטאָר פון א טרעסט געווען זעגלמאן, און גראָד צו אים האָב איך געדארפט אָנקומען.
-- ביסטו פארפאָרן צו אים, ווען דו ביסט געווען אין זלאטאָוסט?
-- לאך ניט, ליובע, פון מיר. דרײַ טעג האָב איך ניט געקאָנט דערשלאָגן זיך צו אים אין קאבינעט אף אן אופנאם. קיין ,טאָלקאטשן", האָט מען מיר געזאָגט, נעמט ער ניט אוף.
-- און דו ביסט טאקע ניט ארײַן צו אים?
-- איך בין יאָ ארײַן, אן אגענט פּאָ סנאבזשענליו איז אזוי װי א פאָדעם, װאָס מוז קענען זיך ארײַנציען אין דער קלענסטער נאָדל.
-- ער האָט דיר געהאָלפן, דער דירעקטאָר זעגלמאן?
-- א ביסל געהאָלפן.
-- זעסטו דאָך...
-- װאָס זע איך דאָך?
-- האָסט אים געוויזן די צײַגעניש דײַנע, די קאָמאנדיראָװקע?
-- געוויזן, נאָר ער האָט אפילע ניט א קוק געטאָן. איך גלייב אײַך, האָט ער געזאָגט, אז איר זײַנט א טאָלקאטש און אז איר דארפט שטפּן.
-- אף דער פאמיליע האָט ער ניט געלייגט קיין שום אכט?
| -- איך זאָג דאָך דיר, אז ער האָט אפילע ניט איבערגעלייענט מײַן צײַגעניש. -- ווען ער װאָלט איבערגעלייענט, װאָלט געווען אנדערש.
-- הער נאָר, טאָכטער, צי איך בין מעשוֹגע, צי דו ביסט מעשוגע, צי ביידע זײַנען מיר כאָסערדײיע. װאָס װאָלט געווען אנדערש?
-- פאָרט א קאָרעוו...
-- ווער האָט דיר געזאָגט, אז ער איז א קאָרעװו?
-- ער הייסט דאָך זעגלמאן?
-- נו, איז װאָס? אן אָדנאָפּאמילעץ.
-- און עפשער ניט? דאָס דארף מען דאָך אױיסקלאָרן. אין יעדער שטאָט, טאטע, כ'וועל ניט זאָגן קיין סאך, --- האָט ליובע מיט היץ גענומען ארוסזאָגן אירע האשאָרעס, -- זײַנען גע- וויס פאראן א פּאָר זעגלמאנס. אויב אין רודינסק זײַנען זיי דאָ, פארװאָס זאָלן זיי ניט זײַן אויך אין אנדערע שטעט? מיר װעלן זיך אומקערן אהיים, קיין מוראוועל, בין איך זיכער, אז מיר װעלן דאָרטן אויך זיי געפינען. מיר האָבן פּאָשעט ניט געזוכט. אָט לאָמיר טאקע איצט שוין נעמען קלינגען צו די זעגלמאנס. מיר װועלן זען, װאָס ס'וועט זיך באקומען. כ'שווער, אז ניט אלע זײַנען זיי נאָר אָדנאָפאמילצעס.
-- און איך זאָג דיר נאָכאמאָל, אז דו ביסט ניט אנדערש, וי מעשוגע. װאָס וועסטו קלינ- גען, װאָס וועסטו זיי זאָגן?
-- אָט דאָס װויל איך, טאטע, דו זאָלסט מיר זאָגן, װאָס איך זאָל זאָגן. דערצייל מיר אלץ. איך ווייס דאָך, דעם עמעס געזאָגט, גאָר קנאפּ אונדזער גענעאלאָגיע.
-- דעם אָפּשטאם, מיינסטו?
-- דעם נאָענטן אָפּשטאם ווייס איך, איך דארף אָבער וויסן דעם גאנצן שטאם-בוים. ווער איז געווען דער זיידע, די באָבע, אז מע װועט פרעגן, דארף איך וויסן, װאָס צו ענטפערן.
-- איך אליין ווייס אויך ניט אלץ, --האָט ער א קנייטש געטאָן מיט אן אקסל, --און ביכלאל הער אוף. איך בעט דיך. לאָז מיך א ביסל זיך אָפּרוען.
-- גוט, רו זיך אָפּ, דערנאָך װעסטו דערציילן. איך האָב פײַנט אָבער אָפּלײגן אין דער לאנגער באנק,
זעליק זעגלמאן האָט אוױיסגעטאָן די שיך און זיך צוגעלייגט אף ליובעס בעטל. ער האָט צוגעמאכט די אויגן, געװאָלט כאפּן א דרעמל, נאָר ס'האָט ניט אופגעהערט בא אים ברעכן דער מויעך, ויאזוי ארויסבאקומען די נייטיקע רולאָנען און טרויבן. אָן זיי טאָר ער ניט אומקערן זיך אהיים. עס װוצט אף דער אונטערנעמונג זײַן ביטער -- אויס פּלאן, אויס פּרעמיִע. דער הײַנ- טיקער ערשטער באזוך זײַנער אין דער רודינסקער זאװאָדידירעקציע איז געווען אָן א פּולע, ס'איז ניטאָ און ס'וועט ניט זײַן, -- האָט מען אים געזאָגט. -- אײַער פאָנד האָט איר שוין אופ- געגעסן, ווארט ביזן אָנהײב נײַײאָר. מאָרגן װעט ער גיין צו העכערער נאטשאלסטווע. צי װעט ער עפּעס פּױעלן בא איר, איז א גרויסער סאָפעק. ווען ער איז א דערשלאָגענער ארויס פונעם נאטשאלניקס קאבינעט, האָט ער זיך פאנאנדערגערעדט מיט איינעם אן אגענט, א טאָלקאטש פון קראסנאָדאר. יענער האָט אים דערציילט, אז ער האָט געבראכט מיט זיך צו פירן צװויי זעק קאווענעס --יעדער קאוון נאָר ארויסצושטעלן אף אן אויסשטעלונג. האָט מען די קאווע- נעס זייער פײַן אופגעגעסן -- און פּאָטער. ער ליגט שוין דאָ, דער קראסנאָדארער אגענט, אין גאַסטיניצע, די דריטע װאָך, און די שוועלערס, נאָך וועלכע ער איז אהער געקומען, זעט ער נאָר אין כאָלעם. ער, זעליק זעגלמאן האָט אויך עפּעס-:װאָס געבראכט, יענער האָט געבראכט קאווענעס, מיט וועלכע ס'רימט זיך דער קראסנאָדארער קאנט, און ער האָט פארכאפּט פונעם אזאָװער קאנט געטריקנטע פישלעך, טאראנקעס. שוין ניט דאָס ערשטע מאָל, װי ער ברענגט אזא קליינינק אומשולדיק מאטאָנעלע און מע נעמט עס אוף מיט א דאנק. אָבער איצטיקס מאָל, וי נאָר דער שעף פונעם באזאָרג-אָפּטײל האָט דערזען, אז זעגלמאן עפנט דעם פּאָרטפּעל, איז ער געװאָרן אָנגעדראָדלט און רויט, װוי מע װאָלט אים אָפּגעבריט.
-- אנטשולדיקט מיך, נאָר כ'האָב ניט קיין איין איבעריקע מינוט צו פארנעמען זיך מיט אײַך. איך כאזער איבער --אלץ, װאָס אײַך קומט, האָט איר שוין פריער באקומען, -- און ער האָט אויסגעשטרעקט די האנט צו געזעגענען זיך מיט אים.
,נאָר אומאָנגענעמלעכקײַטן האָט מען פון אזא ארבעט, וי ס'איז בא מיר", -- האָט זעליק זעגלמאן איצט געטראכט, ליגנדיק אפן בעטל, און דער קאָפּ האָט װײַטער זיך געדרייט, וויָאזוי קריגט מען פאָרט ארויס דעם נייטיקן מאטעריאל. אָבער ביסלעכװײַז האָבן די שטאָלענע רולאָ- נען און טרויבן אָפּגערוקט זיך אין א זײַט, און פאר די פארמאכטע אויגן האָט פּאמעלעך אָנ- געהויבן פאנאנדערוויקלען זיך דער ייִכעס זײַנער, אָדער, װי ליובע האָט עס אָנגערופן, די גע- נעאלאָגיע, דער אָפּשטאם-בױים. פונעם אמאָליקן גרויסן צעוואקסענעם בוים איז געבליבן נאָר איין צװײַגל, -- ער אליין און נאָך א קליין צװײַגעלע, װאָס האָט זיך צוגעטוליעט און איז צו- געוואקסן געװאָרן צו אים --- ליובע...
8
3
זעליק זעגלמאן שטאמט פון קארלינעץ, --א שטעטל אף דער גרענעץ צװישן צוויי סאָ- וועטישע רעפּובליקן -- רוסלאנד און אוקראינע. איין עק פונעם שאָסײי-װעג, װאָס שנײַדט דורך דאָס שטעטל, פירט אף קורסק, פּאָנירי, אָריאָל און װײַטער אין טיף-רוסישע שטעט און ייִשׁוּ" ווים, דער אנדערער עק ציט אף רזשאווא, בעלגאָראָד, כארקאָוו, -- אין דער טיף-אוקראינע. דאָס דאָרף, װאָס איז בישכיינעס מיטן שטעטל קארלינעץ, רופט מען טאקע מיט צוויי נעמען-- מיטן רוסישן ,באָלשלע קאָלאָדצי? און מיטן אוקראינישן --,װעליקי קריניצי".
נאָך דער מילכאָמע האָט אינעם שטעטל קארלינעץ אומגעקערט זיך איין ייד - דאָס איז געווען זעליק זעגלמאן. אלט איז ער דעמלט געווען 23 יאָר. אלע אומגליקן און צאָרעס, װאָס קאָנען אויספאלן אף א מענטשן אין מילכאָמע-צײַט, האָט זעליק געהאט איבערגענוג. ער איז געווען פארװוּנדעט אפן פראָנט, און ליגנדיק אין א שפּיטאָל אין טיפן הינטערלאנד, אין אלמא- אטא, האָט ער דורך א צווייטן כוילע, װאָס איז געלעגן אינעם זעלבן שפּיטאָל, זיך דערװוּסט, אז קארלינעץ איז אָפּגעװישט פון דער ערד, אלע זײַנען דאָרטן אומגעקומען. נאָכן שפּיטאָל איז ער ווידער אוועק אפן פראָנט, ארײַנגעפאלן אין אן ארומרינגלונג. נאָר דאָ האָט אים א ביסל אָפּגעגליקט, -- מע האָט אים ניט דעפּאָרטירט אין א טויט-לאגער, נאָר געשיקט אלס ;ארבײַטסיקראפט" קיין דײַטשלאנד, דאָרטן האָט ער געארבעט בא א רײַכער דײַטשקע אף איר לאנדווירטשאפטלעכער פערמע, געשלעפּט מיסט אפן פעלד, און אויב ס'איז אראָפּגעפאלן פונעם עמער א הלַפל הני, האָט זי אָנגעשטעלט אף אים אירע העל-בלויע גלעזערנע אויגן און געזשיפּעט:
-- רוסישע שװײַן, נעם צונויף און עס אוף, װעסטו וויסן, וויאזוי צו פארלירן דעם פּראָי דוקט, װאָס איז צו גאָלד גלײַך!
אף קיין ייִדן איז ער ניט געווען ענלעך. א העלער פּאָנעם, גרויע אויגן, בלאַנדע האָר. און די אויסשפּראך ---א ריינע, אָנעם געפערלעכן רייש, אָבער די גאנצע צײַט איז ער געווען אין גרויסער אָנשטרענגונג, ניט ארויסצוגעבן זיך דורך אן אומפאָרזיכטיקן װאָרט, א מימיק, א ,ייַדישן" מאך מיט דער האנט, א ייַדישן זיפץ. אונטער פארשיידענע טערוצים האָט ער אויס- געמיטן באָדן זיך מיט אנדערע מאנצבלען פון דער פערמע, אָפּגעזוכט בײיסמײַסע א דרינגענ" דיקע ארבעט, און דרינגענדיקע ארבעט איז בא דער דײַטשקע שטענדיק געװען.
ער האָט מוירע געהאט ארויסכאפּן זיך מיטן נאָמען -- זעליק. די פערמערקע האָט אלע אירע רוֹסישע באטראקעס גערופן איוואן. זעליק האָט אָבער געדארפט שטענדיק געדענקען זײַן קלוימערשטן נאָמען -- פיאָדאָר. פיאָדאָר וואסיליעוויטש. ער האָט געהאט א טעווע ריידן פון שלאָף און יעדעס מאָל האָט ער זיך געלייגט שלאָפן איבערטראכטנדיק, צי װעט ער אין כאָלעם ניט אױיסשרײַען ,,מאמע!", ניט אָנרופן די ברידערלעך און שוועסטערלעך מיט זייערע נעמען -- איציק, שעפּסל, כאיַמקע, פריידקע, גאָלדע... באנאכט קומט צו כאָלעם דאָס, וועגן װאָס מע הערט ניט אוף צו טראכטן באטאָג. ווען ער האָט דערהערט ריידן װעגן ייִדן, דער" הערט דאָס װאָרט ,יודע", האָט אינװייניק אלץ אופגעציטערט בא אים, און מיט שרעק האָט ער איבערגעקלערט, צי האָט מען בײיסמײַסע עפּעס ניט באמערקט אף זײַן פּאָנעם. צווישן אלע אנדערע געיאָגטע און דערנידעריקטע קנעכט אף דער פערמע האָט ער זיך געפילט דער סאמע געפּלאָגטער און דערנידעריקטער.
דערנאָך, נאָך הונדערט צוויי און פופציק טעג און נעכט, אין שװערסטן פיזישן יאָך און אין נאָך שווערער נערוון-אָנשטרענגונג, גײַסטיקע איבערלעבונגען איז געקומען די אויסליי- זונג -- די סאָוועטישע ארמיי איז ארײַנגצטראָטן אין דײַטשלאנד.
די מענטשן, צונויפגעטריבענע אהער פון רוסלאנד, זײַנען געװאָרן אויס קנעכט און האָבן געקראָגן די מעגלעכקײַט אומצוקערן זיך אין דער אויסגעבענקטער געגארטער באפרײטער היים!
און מע איז געפאָרן אהיים. זעליק האָט זיך אומגעקערט קיין קארלינעץ. ער האָט אָבער דאָרטן זיך ניט באזעצט. פאר דער מילכאָמע האָט ער פארענדיקט שאָפּערן-קורסן און א שטיקל צײַט געפירט אף א לאסטמאשין זאמד פונעם קאריער, וועלכער האָט זיך געפונען צוועלף קי- לאָמעטער פון זײַן שטעטעלע. אינמאָל אונטערוועגנס צום קאריער, האָט ער אָפּגעשטעלט די מאשין, קעדיי נעמען א פּאסאזשיר ---א פרוי, וועלכע איז געשטאנען באם טראקט מיט אן אופגעהויבענער האנט. זי האָט געדארפט פאָרן אפן מארק פארקויפן כאזיירימלעך. זעליק האָט ארײַנגעװאָרפן דעם פארבונדענעם זאק מיט די קוויטשערלעך אין קװאָוו, און די פרוי האָט ער מיט א פארגעניגן אוועקגעזעצט לעבן זיך אין דער קאבינע. זי איז געווען א יונגע און א שיינע, און געלעבט האָט זי אינעם דאָרף באָלשיע קאָלאָדצי-- וועליקי קריניצי.
-- א הילכיקע קאָמפּאניע איז בא דיר, -- האָט ער זיך אָנגערופן צו איר. די קוילעס פון די כאזיירימלעך האָבן פארטויבט דעם רויש פונעם מאָטאָר און פון די רעדער.
-- װעז זיי זאָלן ניט װעלן פרעסן, װאָלט מען נאָך געקאָנט דורכקומען, -- האָט זי געענט- פערט. -- מער, וי איין כאזער און איין כאזערטע, בין איך ניט אימשטאנד אױסצוהאָדעווען.
-- און װאָס טוט דער מאן?--האָט זעליק געפרעגט.
-- דער מאן איז װײַט. ער שווימט איבער יאמען-אָקעאנען און כאפּט פיש.
-- װוּ האָט ער עס זיך אויסגעלערנט שווימען און כאפּן פיש! בא אײַך אין דאָרף איז, דוכט מיר, פאראן נאָר א ברעקל טליכבל, די הינער שפּרינגען אים אריבער, ---האָט זעליק זיך געװוּנדערט.
-- מײַן אפאנאסי האָט געדינט אין פלאָט און נאָכן אָפּדינען איז ער אריבער אין א פיש- פאנגערישער פלאָטיליע,
-- ברענגט ער אין שטוב א סאך פיש!ּ
-- נאָר געזאלצענע. פרישע קאָן ער ניט ברענגען. ביז ער קומט, פּאטערן זי זיך.
זעליק האָט ליב געהאט צו ריידן מיט זײַנע צופעליקע פּאסאזשירן, וועלכע ער פירט, און מיט אָט דער פּאסאזשירקע האָט ער עפּעס א באזונדערע האנאָע געהאט פונעם דורכשמועסן זיך מיט איר,
ער האָט ניט באמערקט, װי זיי זײַנען געקומען צו פאָרן אין שטאָט.
דערנאָך האָט ער נאָכאמאָל זי געפירט אף זײַן מאשין. װען ער האָט זי דערזען שטיין באם וועג, האָט ער זיך דערפרייט און געעפנט פאר איר דאָס טירל פון דער קאבינע. ער האָט מיט די אויגן װוידער געזוכט א זאק מיט כאזיירימלעך.
-- איצטיקס מאָל וועט דיר זײַן רויַקער צו פאָרן מיט מיר, -- האָט זי געזאָגט, --- איך בין איינע אליין,
אין דער קאבינע האָט זי אופגעבונדן דאָס קאָפּטיכל, צעשפּיליעט די אייבערשטע קנעפּ- לעך פונעם פּליושענעם סעקל. דאָס פּאָנעם איז געווען פריש מיט דאָרפישער פרישקליט פון פעלד און גאָרטן. די העל-געלע האָר. ארויסבאפרײַטע פון אונטערן טיכל, האָבן עטװאָס גע- ווינטלט זיך און ווייך געפאלן אפן שטערן.
אזוי װי אינעם פאָריקן מאָל, נאָר איצט שוין װי גוטע אלטע באקאנטע, האָבן זיי דעם גאנצן וועג װוידער גערעדט, און צום סאָף פון דער נעסיע האָט זי אים אפילע אלינגעלאדן צו- גאסט אפן ערשטן אָדער צווייטן מײַ, -- ס'האָבן דעמלט דערנעענטערט זיך די ערשטמײַיקע טעג, און זי האָט געזאָגט, אז צו יאָמטעוו װעט דער מאן זיך אומקערן פון זײַן פלאָטיליע, ער וועט זײַן אין דער היים און ער װעט זײַן צופרידן, ער האָט ליב אופנעמען געסט.
-- און ביכלאל, אז דו װעסט פאָרן פארבלי אונדז, טו א הודזשע, ---האָט זי אים געבעטן, -- װעל איך ארויסלויפן. כ'וועל עפשער דארפן איבערגעבן א בריוו. אז מע ווארפט ארײַן א בריוו אינעם שטאָטישן קעסטל, דערגייט ער פיל גיכער,
ס'איז אים אָבער מער ניט אויסגעקומען צו פירן זי אף זײַן מאשין, ניט צו נעמען בא איר א בריוו ארלנצוּווארפן אין א שטאָטישן פּאָסט-קעסטל. א פּאָר װאָכן פאר דער מילכאָמע האָס מען אייניקע שאָפּערן פונעם ראיאָן, צווישן זיי אויך אים, מאָביליזירט מיט זייערע מא- שינעס אף דרינגענדיקער ארבעט אין אן אנדער געגנט. ווען ער איז אין דער קאָלאָנע מאשי- נעס, וועלכע האָבן געהאלטן דעם וועג אהין, צו יענער געגנט, פארבײַגעפאָרן דאָס דאָרף באָל- שיִע קאָלאָדצי, האָט ער א הודזשע געטאָן בא די פענצטער פון זײַן באקאנטער פּאסאזשירקע (איר נאָמען, פּונקט װי זי זײַנעם, האָט ער ניט געװוּסט, ס'איז פריער ניט אײַנגעפאלן צו פרעגן), זי איז ארויסגעלאָפּן, ער האָט א מאך געטאָן פון דער קאבינע מיט דער האנט צו איר און טייקעף נאָך דעם אין װאָלקן שטויב, װאָס זײַן מאשין מיט די אנדערע מאשינעס פון דער קאָלאָנע האָט אופגעהויבן, איז זי פארשװוּנדן פון זײַנע אויגן.
דערזען האָט ער זי אין פיר יאָר ארום, ווען ער האָט נאָך דער מילכאָמע זיך אומגעקערט אהיים.
ער איז געװאָרן אזוי דערשיטערט פון דעם, װאָס די אויגן זײַנע האָבן דערזען, אז ער האָט ניט געהאט קיין קויעך צו מאכן א טראָט װײַטער פונעם אָרט, צו וועלכן ער איז געקומען און װוּ עס איז פריער געשטאנען זײַן שטוב. ער האָט אראָפּגענומען דאָס קלומעקל פון דער פַּלײ- צע, אוועקגעלייגט עס אף דער ערד און אליין אויך זיך אוועקגעזעצט. ארום איז געווען טויט- שטיל, אָפּגעװישט פון דער ערד הייסט, פונדעסטוועגן, ניט, אז ס'איז ניט געבליבן קיין שפּור. שפּורן זײַנען געווען. עס האָבן זיך געוואלגערט אײַנגעטראָטענע, צעבראָכענע און צעשטויסענע פארשיידענע קלײיניקײַטן פון שטוב-געברויך, --א ברוכשטיקל פון א שפּיגל האָט בלענדנדיק-
10
העל געפינקלט אנטקעגן דער זון, װאָס האָט זיך שוין גענייגט צו מײַרעו. א פארזשאווערט דעקל פון א טשײַניק איז געהאנגען מיטן אויערל אף א סוק פון א שווארץ-אָפּגעברענטן קלאָץ און ווען ס'האָט א ביסל שטארקער א ווייע געטאָן דער ווינט, האָט עס גענומען שאַקלען זיך און שטיל-שטיל אונטערגעקלונגען: לעבעדיק און גאנץ איז געבליבן דער קליאָן-בוים. די ברייטע בלעטער זײַנע האָב} געשורשעט און, דוכט זיך, געזוכט די פענצטער, אין וועלכע זי האָבן אזויפיל יאָרן פרילינג און זומער און ביזן טיפן הארבסט ארײַנגעקוקט,
אן אופגעטרייסלטער, א צעבראָכענער, א טויטימידער פון וועג איז ער אײַנגעשלאָפן, האָבנדיק דאָס ליידיקע קלומעקל צוקאָפּנס. אופגעכאפּט האָט ער זיך, ווען ס'איז שוין געווען אָװונט. ער האָט זיך אופגעהויבן און געלאָזט זיך גיין מיט דער שטעטלשער פּוסטער פארוויס- טעטער גאס, אליין ניט וויסנדיק װוּהין. ער איז געגאנגען אין דער נאכט ארײַן, און די נאכט איז געװאָרן אלץ פינצטערער. ס'מאכן זיך אָפּט אזעלכע שטארק-פינצטערע נעכט אין די קאנטן, װאָס זײַנען נעענטער צו דאָרעם. יעדער שאָרך האָט אים געצװוּנגען אומקוקן זיך און זיך אָנ- בייגן, פּונקט וי ס'װואָלט נאָך אלץ, אזוי װוי אין מילכאָמע-צײַט, געלויערט א געפאר. דער לאנגער און צעקלאפּטער שאָסיייוועג האָט אים געבראכט צום דאָרף באָלשיִע קאָלאָדצי. די שטיבער אינעם דאָרף זײַנען געשטאנען, װי פריַער. ער האָט אָפּגעצײלט די ערשטע דרײַ הײַזער אף דער לינקער זײַט גאס און אינעם פערטן הויז אָנגעקלאפּט. ער האָט פארגעדענקט, אז אין אָט דער פערטער כאטע װוינט די אמאָליקע באקאנטע פּאסאזשירקע זײַנע. שטייענדיק באם פּלױט און ווארטנדיק, אז מע זאָל זיך אָפּרופן, האָט ער זיך געװוּנדערט אף זיך אליין.
פארװאָס איז אים אײַנגעפאלן קומען דאפקע אהער, צו א פרוי, װאָס ער ווייסט אפילע ניט איר נאָמען? און וען? שפּעט באנאכט, נאָר אף איבערצושרעקן זי און איר הויזגעזינד. אָבער פונדעסטוועגן האָט ער אָנגעקלאפּט אינעם פארמאכטן לאָדן נאָכאמאָל. אין הויף האָט זיך צעבילט א הונט, נאָך אים---אנדערע הינט פונעם דאָרף. קיין איין שפּארונקעלע אינעם לאָדן האָט ניט א בלינצל געטאָן מיט א פונק ליכט, אזוי וי ס'איז געווען שטאָקיפינצטער, אזוי שטאָק-פינצטער איז געבליבן. זעליק איז שוין אפילע געווען צופרידן, װאָס קיינער האָט זיך ניט אָפּגערופן, ער װעט דאָ, באם פּלױט, אָדער א ביסל װײַטער ווי-עס-איז דורכשטופּן די קורצע זומערדיקע נאכט. ער האָט געמאכט צוויי טריט אוועקצוגיין, ווען ס'האָט א סקריפּע געטאָן א טיר, און א שטרענג דײַטלעך קאָל האָט א זאָג געטאָן: ,קודלאטי, האָדי!" דער הונט האָט אופגעהערט בילן.
-- וער איז דאָרטן?;--דאָס זעלבע שטרענג קאָל איז איצט געװען געװענדט צו דער פיגור, וועלכע שטייט בא דער קאליטקע.
און װוידער איז געווען צו באוװונדערן, ויַאזוי ער האָט דאָס קאָל דערקענט, אזוי װוי ער װאָלט עס ערשט נעכטן געהערט. איר הילכיק, דײַטלעך קאָל, װאָס לאָזט זיך דערקענען אויך דאן, ווען עס איז שטרענג און אָפּגעהאקט.
-- איך... -- האָט ער ארויסגעמורמלט,
-- ווער -- איך?
-- אין דער פינצטער װעסטו מיך ניט דערקענען. לאָז ארײַן אף א װײַלע, צינד אָן די ליכט. צי איר שלאָפט שוין?
-- די קינדער שלאָפן שוין. -- זי האָט זיך אײַנגעקוקט אין אים, באמיט זיך אין דער פינצטערניש דערזען באקאנטע שטריכן, װאָס זאָלן איר אופקלערן, וער איז דער דאָזיקער אומ- געריכטער נאכט-פּארשוין, אָבער דאָס האָט זיך איר ניט אײַנגעגעבן.
-- דעם שאָפּער פון קארּיער געדענקסטו? האָסט געפירט כאזיירימלעך אפן מארק. -- האָט ער אָנגעגעבן א ריכטיקן סימען.
-- ארא... -- האָט זי זיך דערמאָנט. זי האָט אים ארײַנגעלאָזט אין שטוב, אָנגעצונדן דאָס בלעכענע גאזילעמפּל מיט אן אָנגעשפּאָלטן גלעזל,
ניט גרינג איז געווען צו דערקענען אינעם מענטשן מיט די פיבערדיק-ברענענדיקע אויגן אפן מאָגערן פּאָנעם און מיט די גרויע האָר, װאָס האָבן אפן קאָפּ איבערגעמישט זיך מיט די שווארצע, דעם אמאָליקן, דאָס הייסט, מיט פיר יאָר צוריק, באקאנטן שאָפער, װאָס איז אזוי יאָדערדיק-פעסט און פריילעך, אזוי װי א מיילעך אפן טראָן, געזעסן אין דער קאבינע פון זײַן גרויסער לאסטמאשין, און זי איז געזעסן לעבן אים און זיי האָבן דעם גאנצן וועג געפּלאפּלט, ער --א נײַגעריקער באָכער---האָט אלץ געװאָלט וויסן, און זי האָט גערן אים געענטפערט אף זײַנע פראגעס, אפילע אײַנגעלאדן צו גאסט. איצט, קומט אויס, איז ער לויט יענער אײַנ- לאָדונג געקומען, ער האָט זיך דערמאָנט.
אינעם צימער, װוּהין זי האָט אים ארײַנגעפירט, איז געווען ריין, אָבער ליידיקלעך, א טישל, איבערגעדעקט מיט א צעראטע, צוויי טאבורעטקעס און א קליין נידעריק שאפקעלע מיט
11
א טירל, װוּ ס'איז ארײַנגעפאסט א בילד--א נאטורמאָרט: רויזן פונויבן און א טעלער מיט אָנ- געשניטענע ריפטלעך קאוון אף אונטן. פריִער, ווען דאָס בילד איז געווען נײַ, זײַנען,. מיסטאמע, די רויזז געווען זייער רויטע, און גאָר-יגאָר רויט איז געווען דער קאוון, איצט איז דאָס אלץ געווען איין טונקעלער פלעק, נאָר די יאָדערן פונעם קאוון האָבן זיך אויסגעטיילט מיט זייער שווארצקײַט.. אף דער וואנט,. צוגעפעסטיקט בא די ברעגן מיט טשוועקלעך, איז געהאנגען א פאָטאָקארטעלע, אזא קליינס, װי מע פאָטאָגראפֿירט זיך, צוליב אָנקלעפּן עס אף א צײַגעניש. פונעם אנדערן צימער, װוּ ס'איז אף האלב געווען אָפן די טיר, האָט זיך געהערט א קינדערש שמוכקען מיטן נעזל און אן אײַנװיגנדיקער גאנג פון , כאָדיקעס?.
-- זעץ זיך. ביסט, זע איך, שטארק פארמאטערט פון וועג, -- זי האָט צוגערוקט צו אים א טאבורעטקע.
-- פונעם וועג בין איך ניט פארמאטערט, ער איז געווען ניט קיין װײַטער,---האָט ער זיך אָפּגערופן, -- סאכאקל פונעם שטעטל אהער, סאיז ניט מער פון זעקס קילאָמעטער.
-- לעבסט איצט ווידער אין דײַן פריערדיקן אָרט?
-- איך לעב... -- האָט ער געענטפערט מיט א צוגעטיבטער שטים.---איך איינער לעב זאָג מיר... דו האָסט געזען, װי מע האָט געטריבן די מענטשן פון אונדזער שטעטל? מע האָט זי דאָך געטריבן דורך אײַער דאָרף, צום קאריער. איך בין אפן קאריער נאָך ניט געווען, און איצט גיי איך אהין.
-- איצט? אינמיטן דער נאכט?
-- דער וועג איז מיר גוט באקאנט. ווייסט דאָך, איך האָב דאָרטן געארבעט, טויזנט מאָל געפאָרן מיט דער מאשין אהין און צוריק, װעל איך באנאכט אויך טרעפן. אָבער דו האָסט מיר ניט געענטפערט, צי דו האָסט געזען..
צוליב װאָס האָט ער געדארפט וויסן, צי זי האָט געזען, ויאזוי מע האָט געטריבן די מענטשן צום טױיט? זײַנע עלטערן, זײַנע דרײַ ברידער, די צוויי שוועסטער -- קיינעם פון זײַן מישפּאָכע, קיינעם פון זײַנע אייגענע האָט זי ניט געקענט און דערפאר קאָן זי אים וועגן זיי סליווי גאָרניט דערציילן, אָבער אויב זי האָט אין יענעם װיסטן פרימאָרגן געזען די געטריבענע מענטשן, איז דאָך איר בליק אויך געפאלן אף זײַנע אייגענע און נאָענטע, זי איז אן איידעס פון זייער לעצטן וועג.
-- יאָ, איך האָב געזען, און פון יענעם טאָג איז בא מיר געבליבן אן אָנדענק, -- זי האָט א װוּנק געטאָן מיט די אויגן צו דער טיר פונעם צווייטן צימערל. מיט שטילע טריט האָט זי זיך געלאָזט גיין אהין און שטומערהייט א' רוף געגעבן איר אומגעריכטן גאסט, ער זאָל נאָכגײן נאָך איר. אין דער האנט האָט זי געטראָגן דאָס לעמפּל,
אינעם דאָזיקן צווייטן צימערל איז געשטאנען א בעט און לעבן דעם --איינס, עטװאָס אָפּגערוקט פונעם אנדערן, צוויי קינדערשע בעטלעך --א קלענערס און א גרעסערס. דאָס קלע- נערע איז געשטאנען באם צוקאָפּנס פון דער גרויסער בעט. די פרוי האָט פּאַרזיכטיק, פון דער זײַט, אופגעהויבן דאָס לעמפּעלע איבערן קליינינקן בעטל. דאָס קינד איז געשלאָפן מיטן רוקנדל ארוף-צו. די פרוי האָט איבערגעגעבן האלטן דאָס לעמפּל איר אוירעך און מיט מוטערלעכער געניטקײַט און צארטקײַט איבערגעלייגט ס'קינד ארוף-צו מיטן בײַכל. אינעם קארגן קרײַזל שײַן פֿונעם לעמפּל האָט ארויסגעלויכטן א ראָזעװע פּענעמל מיט אויגן, װאָס האָבן אף א קורצער רעגע געגעבן זיך אן עפן, אזויווי צו באװוליזן זייער טמימעסדיקע פארשלאָפּענע שיינקליט און טייקעף ווידער זיך צוגעמאכט.
-- דאן איז דאָס נאָך געווען א ברעקל, -- האָט די פרוי מיט א שעפּטשענדיק קאָל דער- ציילט. -- איצט איז עס שוין אלט אריבער פיר. גענוי איר געבורטס-יאָר ווייס איך ניט... געפו- נען האָב איך עס אין יענעם פרימאָרגן בא מיר אין הויף, באם עק פונעם פּלױט, נאָך איידער מע האָט די אומגליקלעכע דורכגעטריבן דורכן דאָרף. מע האָט דאָס אייפעלע, װײזט אויס, געבראכט באגינען אָדער אפילע באנאכט, אָבער ער האָט געבראכט, ויאזוי און פאר- װאָס צו מיר -- דאָס ווייס איך ניט. גיכער פון אלץ צופעליק. די קאליטקע איז געווען אָפן, די שטוב איז נאָענט באם וועג. װאָס איך האָב איבערגעלעבט צוליב דעם, איז א סאך צו דער- צֵיילן, אבי ס'האָט זיך אויסגעהיט, ס'וואקסט... --זי האָט זיך אָנגעבױגן צום קינד, א קוש געטאָן אין בעקל. -- איך האָב עס אין אונדזער קלויסטער געטויפט. -- האָט זי װײַטער דער- ציילט. -- פאר דער מילכאָמע האָב איך אין גאָט ניט געגלייבט, אין קלויסטער ניט געגאנגען, נאָר אין דער פינצטערער צײַט האָב איך אָנגעהױבן דאוונען, בעטן גאָט פאר מײַן מאן, ער זאָל זיך אומקערן גאנץ פונעם פלאָט, װוּ ער האָט געדינט, פאר אונדזער אייגן קינד, וואסיוט- קען און פארן מיידעלע, װאָס מע האָט מיר אונטערגעװאָרפן און מע קאָן עס יעדע רעגע אומ- ברענגען... אָט דאָס איז וואסיוטקע, -- האָט זי אָנגעװיזן אפן אנדערן בעטל, װוּ ס'איז געלעגן
12
צעװאָרפן א ייִנגל פון א יאָר זיבן אָדער אכט, ער האָט רעגלמעסיק אונטערגעפּײַפט מיטן קורצן נעזל, איינע א פוס איז אראָפּגעהאנגען, -- דאָס געלעגער איז שוין געווען קורץ פארן אוני טערגעוואקסענעם באָכערעצל,
-- נו, און דאָס איז מײַן מאן, -- האָט זי, ווען זיי האָבן!:צוריק זיך אומגעקערט אין פאָי דערצימער, א טײַטל געגעבן מיט דער האנט אפן קלייניטשקן פאַטאָיקארטעלע, װאָס איז דאָרטן געהאנגען אף דער וואנט. זי האָט א טיפן זיפץ געטאָן, די אויגן זײַנען פײַכט געװאָרן. -- ער האָט פון דער מילכאָמע זיך ניט אומגעקערט. כ'האָב געקראָגן א צעטל ,פּראַפּאל בעז וועסטי.. 17
נאָך די טרויעריקע ווערטער אירע, אז דער מאן איז פארפאלן געװאָרן, זי ווייסט, קומט אויס, אפילע ניט, װוּ זײַן געביין איז אהינגעקומען, װאָלט ער, זעליק, דער אָנגעצװוּנגענער גאסט געדארפט כאָטשבי זאָגן א טרייסט-װאָרט, אז דער מאן װעט זיך נאָך אָפּזוכן און זיך אומקערן אהיים, נאָר זײַן געמיט-צושטאנד איז געווען אזא, אז ער האָט ניט געהאט קיין - טרייסט פאר זיך און אויך. ניט פאר יענעם. גאָר נאָענט פונדאנען ליגט פארשאָטן זײַן גאנצע מישפּאָכע, און ער, דער לעבנגעבליבענער יונגער באָכער, האָט זיך געפילט, וי ס'װאָלטן אף אים געדריקט די ליימיקע שוערע אָפּהאנגען פונעם קאריער. אין צימער אין געווען שטיל, עס האָבן געקלאפּט די כאָדיקעס און ס'האָט געשמוכקעט מיטן נעזל אין שלאַף דאָס ייַנגל אינעם שלאָפּצימער.
-- נו, כ'וועל שוין גיין. אנטשולדיקט, ואָס כ'האָב באומרויקט, -- האָט ער געזאָגט און אויסגעדרייט זיך מיטן פּאָנעם צו דער טיר. אים האָט זיך זייער ניט געװאָלט פארלאָזן די שטוב, װאָס האָט אין זײַנע אויגן אויסגעזען זייער געמיטלעך. נאָך דעם אלעמען, װאָס ער האָט איבערגעלעבט, נאָכן פּראָנט, נאָך די פארווונדונגען, נאָך דער פארשיקונג קיין דײַטשי לאנד אין קנעכטשאפט, נאָכן אומקערן זיך אין דער כאָרעווער היים, האָט ער פונדעסטוועגן פארגעדענקט, באגלײַך מיט די נאָענטסטע און אייגנסטע מענטשן, באגלײַך מיט די עלטערן, ברידער און שװועסטער, אָט די פרעמדע פרוי, װאָס איז א פּאָר מאָל געפאָרן מיט אים אין קאבינע פון זײַן מאשין. איצט האָט ער דײַטלעך געװוּסְט, ער האָט נאָר אליין ניט געװאָלט זיך מוידע זײַן אין דעם, אז געלאָזט האָט ער זיך גיין אנטקעגן דער נאכט פונעם שטעטל אהער מיט דער פארטײַעטער האָפענונג צו טרעפן זי אין דאָרף, זען זי, א רעד טאָן מיט איר. און ווען ער איז ארײַן צו איר אין שטוב און בא דער שײַן פונעם לעמפּל האָט ער זיך אלַני געקוקט אין איר, האָט ער אין איר אײַנגעפונען דעם זעלבן פריערדיקן כיין; װאָס אמאָל. אים האָט געדוכט, אז זי האָט זיך גאָרניט געעלטערט. אין די אויגן--די זעלבע ווארעמע בלול- קײַט. אים האָט זיך אויסגעוויזן, אז נאָר אין איין שטוב. װאָלט ער עפשער נאָך געקאָנט קו- מען צויזיך -- אין אָט דער-אָ, װוּ ער איז ארײַנגעקומען איצט. אָבער װאָס אין שײַעך? ער דארף אוועקגיין...
-- יאָ, -- האָט ער זיך דערמאָנט, שטייענדיק בא דער טיר. --- מיר זײַנעך שוין וויפל יאָר באקאנט, נאָר דײַן נאָמען ווייס איך ניט,
-- און איך דײַנעם -- אויך ניט...
א שוואכער שמייכל האָט באכיינט ביידנס פּענעמער, און ניט נאָר ער, נאָר, װײַזט אויס, אז אויך זי איז געװוען צופרידן, װאָס עס איז פאראן נאָך א שטיקל טערעץ פאר אים ניט אוועקצוגיין שוין, אין אָט דער רעגע, עס שטייט נאָך בּיידן פאָר א ביסל גענויערע באקאנט- שאפט.
-- איך הייס אנפיסא. אין דאָרף רופט מען מיך פּאָשעט -- פיסא.
-- מיך רופט מען פיאָדאָר. -- האָט ער זיך אָנגערופן מיטן נאָמען, װאָס ער האָט גע- טראָגן, זײַענדיק אין געפענקעניש. ער האָט אָבער זיך דערפילט אומבאקוועם, װאָס ער האָט געזאָגט א ליגן.
-- מײַן עמעסער נאָמען איז זעליק, -- האָט ער דעם ליגן פאריכט.
-- בא אונדז אין דאָרפסאָװעט, קאָן מען איבערנעכטיקן, -- האָט זי געזאָגט. --- ס'איז ניט װײַט פונדאנען, די פינפטע שטוב, באנאכט דעזשורעט מען דאָרטן, מע װעט דיך ארײַנלאָזן.
ארויסבאגלייט אים ביז דער קאליטקע, האָט זי אים אײַנגעלאדן קומען צוגאסט צו איר.
-- כ'וועל קומען, אוואדע װעל איך קומען, --האָט ער מיט פארגעניגן צוגעזאָגט. -- זאָג מיר נאָר ווען?
--- ווען דו ווילסט.
-- -כ'וועל קומען מאָרגן אינדערפרי.
אומבאװװוּסט, װוּ ער איז פארפאלן געװאָרן.
13
-- אינדערפרי ניט, דאן בין איך אף דער פערמע. און קום אויך ניט שפּעט אינאָוונט, ווען די קינדער שלאָפן שוין.
-- ניט אינדערפרי, ניט אינאָוונט, איז ווען זשע? -- אינעם באָכערס קאָל האָט זיך געפילט שוין א שטיקל טײַנע, מע רייצט זיך נאָר מיט אים.
-- אויסער פרימאָרגנס און אָװנטן זײַנען דאַך נאָך פאראן באטאָגן. פארװאָס זאָלסטו ניט קומען באטאָג! -- זי האָט עס געזאָגט מיט א שמייכל, װאָס אינדערפינצטער האָט מען אים ניט געזען, נאָר פילן האָט מען אים געקאָנט.
4
ער איז געװאָרן אן אָפּטער ארײַנגײער צו איר און מיט יעדן מאָל האָט זיך אים אלץ מער ניט געװאָלט אוועקגיין פון איר שטוב, וועלכע איז שוין געװען פאר אים דאָס געמיט- לעכסטע ווינקעלע אף דער ערד, װוּ מע קאָן נאָך די פיל איבערגעטראָגענע ליידן געניסן א ביסל רו און פרייד. צו זײַן קומען, װאָס איז שטענדיק אָפּגערעדט געווען פארפריער, האָט זי זיך צוגעפּוצט. עמעס, די בעסערע קלייד איז געבליבן ליגן אינעם קאסטן--א בלויע קרעפּי דעשינעווע קלייד, אופגענייט פאר דער מילכאָמע פונעם שניט, װאָס דער מאן אירער, אפא- נאסי, האָט געבראכט פון מורמאנסק נאָך איינער פון זײַנע רײַזעס מיט דער פישער-פלאָטי- ליע. אָנטאָן אזא פּראכט װאָלט געשניטן די אויגן, װאָס װאָלטן געזאָגט די און יענע שכיינע, ווען זיי זאָלן ארײַנקומען? זי האָט אָנגעטאָן א װײַס ציצן קאָפּטל און א גרין מולטענע קליידל, דאָס האָט איר אויך גוט געקליידט. אלץ, װאָס זי האָט אָנגעטאָן איז געװען גוט אף איר שטײַפן געזונטן קערפּער. צו זײַן קומען איז אף דער פּליטע געשטאנען גרייט דער וואר- מעס--א טאָפּ באָרשטש, אָן פלייש, אָבער געדיכט אָנגעבראָקט מיט קרויט און קארטאָפל און פארפּראוועט מיט צוגעפּרעגלטע ציבלקעס און מערן. קיין צווייטער געריכט איז ניטאָ, דער- פאר איז פאראן א באטאמטער קאָמפּאָט פון אויסגעטריקנטע פרוכטן. די קינדער, וואסיוטקע און ליובאָטשקע, האָבן שוין געפילט, אז עס דארף קומען , דיאדיא זעליק". און ס'איז בא זיי דעמלט געווען יאָמטעװו, װײַל די מאמע װערט דאן שענער און ווייכער, זי העכערט ניט דאָס קאָל, זי שרײַט ניט, ווען מע שטיפט, זי בעט נאָר ניט מאכן אן אומאָרדענונג אין דער אופ- געראמטער שטוב. ווען דער ,דיאדיע זעליק" קומט, וויל ניט די קליינע ליובאַטשקע גין שפּילן זיך אין דרויסן, זי טרעט פון אים ניט אָפּ און זי ציטערט פון פרייד, ווען ער זעצט זי אוועק צו זיך אף די קני, אָדער נאָך בעסער --נעמט זי ארוף אף די אקסלען און זי רײַט אף אים. א שווערע מינוט אין איר לעבן איז דאן, ווען ער נעמט אָן מיט דער האנט דאָס הענטל פון דער טיר אף אוועקצוגיין,
-- גייסט שוין אװעק?---ליובקעס הענטלעך האלטן ארומגעכאפּט א קני זײַנע, און די אויגן זײַנען אופגעהויבן צו אים ארופצו מיט א געבעט, אז ער זאָל בלײַבן
דאָס מיידעלע האָט אויך בא אים געפונען אן אָרט אין הארצן, סהאָט אים געצויגן צו איר. א ווארעמקײַט האָט דורכגענומען אלע זײַנע גלידער דערפון, װאָס זי האָט אים גענו- מען רופן טאטע. באקומען האָט זיך דאָס גאנץ צופעליק. איינמאָל איז ער ארײַנגעקומען אין שטוב, ווען ליובקע האָט געװויינט, און אנפיסע האָט געזאָגט צו איר:
-- הער אוף! אָט איז געקומען דער טאטע... ער װעט דיר באלד געבן א כײלעק!
דאָס קינד, --- אזוי װי מע װאָלט עס איבערגעביטן, --איז א קורצע רעגע געבליבן שטיין אן איבעראשטע, דערנאָך איז זי צוגעגאנגען צו אים און מיט טמימעסדיקער ערנסטקײַט, וי דאָס קאָן נאָר זײַן בא א קינד, האָט זי אים געפרעגט:
-- ס'איז עמעס, אז דו ביסט מײַן טאטע!?
אזויפיל צוטרוי איז געווען אויסגעדריקט אינעם קינדס העליבלישטשענדיקע אויגן מיט די טרערן, װאָס זײַנען נאָך געהאנגען אין זיי, אז ער האָט אנדערש ניט געקאָנט, װי נאָר ענטפערן:
-- יאָ, איך בין דײַן טאטע... -- ער האָט זיך אָנגעבױיגן צו איר און א קוש געטאָן. זי האָט צוגעטוליעט דעם קאָפּ מיט די געקרײַזלטע הערעלעך צו זײַן ברוסט, דערנאַך אויך צוגעפאלן מיט די ליפּן א קוש געטאָן אים אין דער קין, ס'איז געווען נעענטער צו דערגרייכן, וי צו דער באק.
-- עס שטעכט זיך, --האָט זי געצופּט די קליינע הערעלעך אף דער קין זײַנער און פריידיק געלאכט.
-- כ'וועל זיך אָפּגאָלן, װעט ניט שטעכן! -- האָט ער איר צוגעזאָגט,
14 אל
אָפּטמאָל איז אויסגעקומען אנפיסען צו דערמאָנען איר גאסט, אז סאיז צײַט צו גיין אהיים, צו דער אלטער גוסענטשיכע, װוּ ער שטייט אײַן אף קווארטיר. דאן האָט ער געהאט א וויכטיקן טערעץ צו פארהאלטן זיך:
-- ליובאָטשקע וויל ניט, אז איך זאָל אװעקגיין, -- האָט ער אָנגעװיזן אפן מיידעלע, װאָס האָט זיך צו אים געטוליעט.
5
ער איז אָנגעקומען ארבעטן אינעם קאָלװירט, צוערשט האָט ער רעמאַנטירט דעם איינ- ציקן אלטן טראקטאָר, װאָס איז געווען אין דער ווירטשאפט, און טאקע אליין אוועקגעזעצט זיך אף אים. ער איז דאָך א שאָפער, דרייען דאָס רעדל האָט ער געקאָנט. געלעבט האָט ער בא דער גוסענטשיכע, אָבער אן אייגענער און באליבטער מענטש איז ער געװען אין שטוב בא אנפיסען. ,אלציינס רעדט מען שוין אין דאָרף ווער ווייסט װאָס וועגן מיר", -- האָט אנפיסע געפונען א בארעכטיקונג פאר דעם, װאָס זעליק איז מער בא איר, װוי אף זײַן קוואר- טיר. איינע א וואנט אין אנפיסעס כאטע איז געווען שוין אזוי אויסגעקרימט -- אָט-אָט װועט זי אײַנפאלן און מיט איר צוזאמען די גאנצע שטוב. זעליק האָט די וואנט אױסגעגלײַכט און די שטוב געראטעוועט. ער האָט זיך זייער צוגעבונדן צו אנפיסען, צו די קינדער, באזונדערס צו ליובאָטשקען, די מענטשן אינעם דאָרף האָבן אים געשעצט, אין דער מטס האָט מען אים געלויבט. און געוויס האָט ער שוין ניט געדארפט אויסבאהאלטן, אז ער איז א ייַד, אָבער די יאָרן, ווען ער האָט געמוזט אויסבאהאלטן זײַן אָפּשטאם, האָבן אף אים ארופגעלייגט זייער שװערן שטעמפּל, ער איז געווען טראוומירט, און ווען ער האָט געהערט, אז מע רעדט וועגן ייִדן, מע דערמאָנט דעם נאָמען ייַד, האָט ער אימפּולסיוו אופגעציטערט. ס'האָט נאָך געלויערט דער מוי- רע-דרעפלעקס, װאָס האָט זיך בא אים אויסגעארבעט, וען ער איז געווען אין געפענקעניש. אופכאפּנדיק זיך פון שלאָף, האָט ער מיט גרויל ארומגעקוקט זיך אין די זײַטן, ביז דער מויעך איז געװאָרן אױיסגעקלאָרט און ער האָט זיך דערװוּסט, אף װאָס פאר א וועלט ער איז,
דעם דרײַ-און-צוואנציקסטן אווגוסט איז זעליק באגינען אוועקגעפאָרן און אומגעקערט זיך שפּעט אינאָוונט. ס'איז געווען די הייסע שניט-צײַט מיט זייער פיל ארבעט אין פעלד, א טאָג איז מיט גאָלד גלײַך, דאָך איז ער געפאָרן אפן קאריער ---ס'איז געווען יאַרצײַט. דער קאריער איז איצט געווען פארװאָרפן, פארשאָטן. ארום אים זײַנען געוואקסן הויכע גראָזן און פעלד-בלימעלעך, שוין לאנג אָפּגעבליטע און פארוויאנעטע, און אויך אזעלכע, װאָס וועלקן ניט ביזן שפּעטן הארבסט. צוזאמען מיט נאָך מענטשן, װאָס זײַנען געקומען צו פאָרן אהער פון פארשיידענע ערטער אין אָט דעם טאָג צו מאזקיר נעשאָמעס זײַן, איז זעליק געשטאנען אָנגעבויגן איבערן ליימיקן באָדן. קיין טרערן זײַנען ניטאָ, די אויגן זײַנען טרוקן, אפן הארצן דריקט א שווערע מאסע, א מאסע, וועלכע װעט דריקן ביזן טויט. גייענדיק צוריקוועגס, האָט ער געמורמלט ייִדישע ניגוֹנים, װאָס ער האָט אמאָל געהערט אין דער היים. ער פילט א בענ- קעניש נאָך אָט די ניגונים, נאָך א ייִדיש װאָרט, װאָס עס קומט אים איצט ניט אויס צו הערן. ,אין זיך" רעדט ער אף ייִדיש, ער הערט דאן, װוי אֹים דוכט, די אף אײביק דערשטיקטע קוי- לעס פון זײַן טאטן, פון זײַן מאמען... אנומלטן איז אין דאָרף בא איינעם א פּױער געווען א שטיקל יאָמטעװ, אים האָט מען אויך אײַנגעלאדן. באם טיש האָט מען אויסגעטרונקען און גע- נומען זינגען רוסישע און אוקראינישע לידער. בא אים האָבן זיך ארויסגעכאפּט שורעלעך פון א ליד, װאָס מע האָט פאר דער מילכאָמע געזונגען בא אים אין דער היים און ער האָט זי פארגעדענקט,
טרערעלעך -- פּערעלעך, לויטערע שטערעלעך --
ווער האָט אײַך הייסע פארלאָרן? קינדערלעך קליינע, נעשאָמעלעך ריינע,
װאָס זײַנען פארשטויסן געװאָרן.
א קאָל האָט ער געהאט א גוטן, און די סטראָפע אויסגעזונגען האָט ער מיט הארץ. דער אוילעם באם טיש איז אנשוויגן געװאָרן, געווארט, ער זאָל זינגען װײַטער, אָבער וויפל מע האָט אים דערנאָך ניט געבעטן, האָט ער מער ניט געזונגען, עס האָט אים פארדראָסן, װאָס ער האָט אָנגעהױבן.
פ}
6
אין איינעם א טאָג, שוין שפּעט אין הארבסט, האָט זעליק פארנאכט-צו אומגעקערט זיך פון פעלד. ער האָט מיט זײַן טראקטאָר פארענדיקט אופאקערן פריר-ערד. ווען ער איז ארײַנ- געקומען אין שטוב צו אנפיסען, האָט ער דאָרטן דערזען אן אומבאקאנטן מענטשן. יענער איז געלעגן אפן באנקבעטל און געשלאָפן, א מידער, װײַזט אויס, פונעם וועג און אן אָנגעזעטיק- טער פונעם מיטיק, װאָס אנפיסע האָט דערלאנגט. אפן טיש זײַנען נאָך געשטאנען די טעלער, פון וועלכע מע האָט געגעסן, און די גלעזער, פון וועלכע מע האָט געטרונקען. דער גאסט איז געווען אן אינוואליד. א מיליצע און א שטעקן זײַנען געווען אָנגעשפּארט צום באנקבעטל. דאָס פּאָנעם זײַנס איז געווען רויט, אָבער ניט מיט דער נאטירלעכער רױטקײַט פון א געזונטן מענטשן,. וועלכער רוט אָפּ אִין שלאָף, נאָר אזוי װי מע װאָלט עס שטארק און קרענקלעך אָנ- געריבן, דערצו איז אף איין באק, נאָענט בא דער קין, געווען זייער א קאָנטיק טונקל-בלוי גריבעלע--א באשײַמפּערלעכער סימען פון א פארווּנדונג,
אנפיסע, א צעטומלטע און פארלוירענע, איז טייקעף, װי נאָר זעליק האָט זיך באוויזן אֹף דער שוועל, אוועק אים אנטקעגן און מיט א האנט אָנגעװיזן, ער זאָל װײַטער פון דער טיר ניט גיין. צוזאמען מיט אים איז זי ארויס אין הויף.
-- מײַן אפאנאסי האָט זיך אומגעקערט, -- האָט זי גענומען שעפּטשען. -- דאָס לײַב, דאָס פּאָנעם, די פיס -- קיין גאנצער אייווער איז ניטאָ. דערפאר, האָט ער מיר געזאָגט, איז ער אזוי לאנג ניט געקומען, ניט געלאָזט הערן פון זיך, װײַל צוליב װאָס באדארף איך אזא? ער האָט אָנטײלגענומען, האָט ער דערציילט, אין א דעסאנטןאָפּעראציע און בייסן ארויסזעצן זיך פון דער שיף... א סאך מאטראָסן זײַנען דערטרונקען געװאָרן. אים מיט נאָך עטלעכע האָט זיך אײַנגעגעבן ראטעווען, צושווימען צום ברעג..
זעליק האָט זי אויסגעהערט, א צעטומלטער ניט װינציקער פון אנפיסען.
-- לאָמיר ארײַנגיין אין שטוב, -- האָטס ער פאָרגעלייגט. -- װאָס שטייען מיר אין דרויסן?
-- ער שלאָפּט... זאָל ער שלאָפֿן. ער איז אופגערודערט, און דו ביסט אויך... דאָס פּאָנעם איז בא דיר שווארץ געװאָרן, -- האָט אנפיסע אין דער שטיל אײַנגעטײַנעט מיט אים. ס'האָט זי געשראָקן די באגעגעניש זײַנע מיט אפאנאסין, ס'קאָן זיך אױסלאָזן ניט גוט. -- גי זשע איצט אוועק, -- האָט זי אים אונטערגעײַלט, -- ער װעט זיך באלד אופכאפּן.
-- טרלַבסט מיך?
-- איך טרײַב?-- זי איז צוגעפאלן צו אים, צוגעדריקט זִיך מיטן קאָפּ צו זײַן ברוסט, און זיך צעוויינט, אָבער גלײַך דאָס געװויין דערשטיקט אין זיך, אומקוקנדיק זיך מיט שרעק צו דער שטוב.--- איך װאָלט אוועק מיט דיר, -- האָט זי הייס געמורמלט, -- מיטגענומען ווא- סיוטקען, ליובקען, ווען ער זאָל האָבן אומגעקערט זיך א געזונטער..
ליובאָטשקע האָט זיך אומגעדרייט אין הויף, א פּאָר טריט פון זיי. בא זעליקן איז פּלוצעם ארײַן א געדאנק אין קאָפּ.
--- ליובען װעל איך נעמען, -- האָט ער געזאָגט צו אנפיסען מיט א פעסטן קאָל, װי דאָס װאָלט שוין געווען אן אָפּגערעדטע זאך. אין זײַן עלנטקײַט האָט ער געמוזט האָבן דאָס קינד, צו וועלכן ער האָט זיך אזוי צוגעבונדן און ליב געקראָגן.
-- דו פארשטייסט אליין ניט, װאָס דו רעדסט, -- האָט אנפיסע אף אים געקוקט מיט פאר- װוּנדערונג. -- װוּ װועסטו עס נעמען, דאָס פּיצל? װער װעט ארום דעם ארומגיין? האָסט דאָך ניט קיין אייגן ווינקל. װעסט זיך אײַנאָרדענען, דאן װעט מען זען... איצט גיי... איך בעט דיןי.
די מענטשלעכע וירדע זײַנע האָט אים ניט דערלאָוט, אז ער זאָל אזייאָ טייקעף אוועקגיין. ס'װאָלט געהייסן -- איבערגעשראָקן זיך און אנטלאָפן. ער האָט געלאָזט זיך גיין אין שטוב ארײַן. אנפיסע האָט געפּרוּװוט פארלויפן אים דעם וועג, אָבער ער האָט געהאט שוין געעפנט די טיר. אפאנאסי איז געזעסן אפן באנקבעטל. ער האָט אָנגעשטרענגט אײַנגעקוקט זיך אינעם מענטשן, װאָס איז ארײַן אין צימער.
געהאָרכזאם, גרייט צו טאָן אלץ אף וייכער צו מאכן און לינדערן די אַנגעשטרענגטע אטמאָספער, האָט אנפיסע געפרעגט בא אפאנאסין, צי האָט ער זיך אויסגערוט א ביסל און
צי װעט ער עפּעס עסן? 16 3--1
-- דעק דעם טיש, -- האָט אפאנאסי זיך אָפּגערופן. -- מיר װעלן עסן און טרינקען, אויב ס'איז דאָ װאָס. לאָמיר זיַך צוזעצן, -- האָט ער זיך געװוענדט צו זעליקן, --און דו זעץ זיך אויך, -- ער האָט דעם בליק אריבערגעפירט אף אנפיסען.
-- אָט שוין זעץ איך זיך אויך צו, -- האָט זי זיך אָפּגערופן. -- כ'וועל נאָר עפּעס ברענגען פון קעלער,
אנפיסע אין אװעק, און די מאנצבלען זײַנען געזעסן באם טיש איינער אנטקעגן אנדערן.
אפאנאסי קאָוואלטשוק האָט מילכאָמע-צײַט געדינט אין פּלאָט. צװישן די מיליטערלײַט רעדט מען אמאָל וועגן דעם, אוועלכער מיליטערישער פאך איז שווערער. דער עמעס איז, אז קיין גרינגע פאכן זײַנען ניטאָ און דערהױיפּט מילכאָמע-צײַט איז קיינעם ניט גרינג. ניט די ארטילעריסטן, ניט די טאנקיסטן, ניט די פּליער און אוואדע ניט דער פּעכאַטע און אוואדע- אוואדע ניט דער יאם-פּעכאָטע. צו אלע געפארן, װאָס לויערן איבער דער יאם-פּעכאָטע אין בושעװוענדיקן אָפּענעם יאם, קומט צו די געפאר, ווען זי זעצט זיך ארויס אף דער יאבאָשע. אפן ברעג, װוּ עס איז אָפּטמאָל ניטאָ ניט קיין טראנשיי, ניט קיין שוצגראָבן, װוּ מע זאָל קאַנען כאָטשבי אף א רעגע פארבאהאלטן דעם קאָפּ אהינטער דעם ברוסטווער. אפאנאסי איז געווען א יאם-פּעכאָטינעץ. דאָס געפּאסעוועטע העמדל זײַנס, דאָס קײַלעכדיקע בלוי היטעלע מיט די סטענגעס האָט געזען סײַ אָדעס, סײַ קערטש, סײַ מאריופּאָל. ער איז געווען א שרעקלאָזער מאטראָס, אָבער נאָך דער מילכאָמע האָט ער א צײַט ניט געקאָנט באשליסן בא זיך, ס'האָט אים ניט געקלעקט קיין מוט אומקערן זיך אהיים --א צעקאליעטשעטער, אן אינוואליד. אין נאָװאָסיבירסק, װוּ ער איז אין שפּיטאָל געלעגן נאָך דער לעצטער שווערער פארווּנדונג, האָט אים ארײַנגענומען צו זיך אין שטוב א פרוי, ס'האָט געהייסן, זי האָבן כאסענע געהאט, אָבער װאָס װײַטער --אלץ מער האָט אים געצויגן אהיים, צו אנפיסען, צו וואסיוטקען, וועלכן ער האָט איבערגעלאָזט, ווען ער איז אוועק אף דער מילכאָמע, נאָך גאָר א קליין קינד. ס'האָט זיך אזוי געװאָלט װוידער לעבן אינעם דאָרף, װוּ ער איז געבוירן געװאָרן און אלץ און אלע זײַנען אזוי באקאנט, נאָענט אים.. און אָט האָט ער זיך אומגעקערט..
אנפיסע האָט דערלאנגט צום טיש. מע האָט אויסגעטרונקען. די צינגער האָבן זיך פאנאנ- דערגעבונדן. די שטימונג האָט זיך פון מאָל צו מאָל געביטן, אזוי װי א יאם אין ניט קיין שטאנדהאפטיקן װעטער,---אָט איז ער גרייט צוֹ צעבושעװוען זיך, אָט װערט ער מילדער, שטילער. די מילכאָמע האָט ניט געשוינט ניט אפאנאסין, ניט זעליקן, און ביידע האָבן געהאט װאָס צו דערציילן. צעשיידט האָט מען זיך אף א גוטן אויפן,
שפּעט אינאָוונט איז זעליק אוועק אף זײַן ,קווארטיר" צו דער גוסענטשיכע, און אין א קורץ שטיקל צײַט ארום איז ער פון דאָרף אװעקגעפאָרן.
א שאָפער האָט אים ארײַנגענומען אין דער קאבינע, פּונקט װי ער האָט אמאָל אין זײַן מאשין ארײַנגענומען אנפיסען. אין א פּאָר שאָ ארום איז ער געווען אין דער שטאָט, װאָס איז אים געווען באקאנט פון פריער און װוּ ער האָט איצט באשלאָסן צו באזעצן זיך, װערן אירער א טוישעוו.
אין שטאָט איז ער װוידער געװאָרן א שאָפער, אָבער ניט אף לאנג. עס האָט אים גע- שווינדלט אין קאָפּ, עפּעס א שווארץ פּינטל איז געהאנגען אנטקעגן די אויגן, די פארווונדונג אפן פראָנט, די אויסמאטערנדיקע ארבעט בא דער דײַטשקע אף דער פערמע, די שװוערע אי- בערלעבונגען האָבן אָפּגערופן זיך אף זײַן געזונטיצושטאנד. אין די הענט איז אָפּטמאָל ניט געווען קיין זיכערקײַט. ער האָט געמוזט פארלאָזן די מאשין. אײַנגעאָרדנט האָט ער זיך אפן זאװאָד ,,מעטיז", געווען דאָרטן אף פארשיידענע ארבעטן און אָט איז שוין א סאך יאָרן אוועק, וי ער איז א מיטארבעטער אינעם אָפּטײל פאר מאטעריעל-טעכנישער באזאַרגונג. ס'איז עפ- שער דער שווערסטער אָפּטײל אפן זאװאָד. זעלטן-ווען מע האָט צו די ,סנאבזשענצעס" ניט קיין טײַנעס, שטענדיק זײַנען בא זיי פאראן , לעכער", וועלכע מע האָט געדארפט ליקווידירן און ניט ליקווידירט. א צײַט האלטן זיך ניט די טוער אין דאָזיקן אָפּטײיל, און איצט, כוץ דעם שעף פונעם אָפּטײל, בראגינסקין, װאָס איז אלט און גראָוו געװאָרן אף זײַן אומרויַקער שטע- לע, און כוץ דער סעקרעטארשע זאָיען, װאָס אויב זי קריגט אויך אָפּטמאָל אן אויסרייד, קריגט זי אים כאָטשבי, זיצנדיק אף אן אָרט, זי פאָרט ניט, זי לויפט ניט ארום,---אויסער אָט די
17
צוויי וועטעראנען איז בא הײַנטיקן טאָג דאָרטן פאראן נאָך איינער א וועטעראן--זעליק זעגלמאן. ער װאָלט, מיסטאמע, אויך לאנג שוין אוועק, געפונען א רויַקערע ארבעט, ווען ניט די אויסשליסלעך גוטע באציונג צו אים פונעם ערשטן טאָג אָן, זינט ער איז אָנגעקומען אפן זאװאָד. מע האָט אים געגעבן א צימערל אין דער ארבעטער-צוזאמענוווינונג, און שפּעטער, בא דער ערשטער מעגלעכקײַט, װוען דער זאװאָד האָט אויסגעבויט דאָס ערשטע הוז, האָט ער דאָרטן געקראָגן א גרעסערן צימער. עס איז ניט געווען דער צופאל, אז ער זאָל אָנשרײַבן א מעלדונג און עפּעס בעטן, און מע זאָל אים אנטזאגן. און געבעטן האָט ער איבערהויפּט פאר ליובאָטשקען. ער האָט טאקע צוגענומען צו זיך דאָס מיידעלע, עס איז געװאָרן זײַן טאָכטער. אן אָרט פאר ליובאָטשקען אין קינדערגאָרטן, דערנאָך, ווען ליובאָטשקע איז אונטערגע- וואקסן, געװאָרן א שילערן -- אן אָרט פאר איר אפן גאנצן זומער אין א פּיַאָנער-לאגער, שפּע- טער, ווען זי איז געווען א סטודענטקע---א פּוטיאָווקע אין א זומערדיקן כוידעש אין זאװאָ- דישן אָפּרויהױ! באם ברעג יאם, און אפילע איצט, ווען זי האָט שוין דעם דיפּלאַם, זי איז א ספּעציאליסט און זי קאָן שוין אליין זייער גוט איר שטעטל באשטיין, דערמאַנט מען אים אין זאווקאָם:
-- איר האָט שוין לאנג ניט געבעטן פאר אײַער טאָכטער. מיר האָבן געעפנט א פּאנ- סיאָנאט. עפשער האָט זי כיישעק צו פאָרן אהין, דאָרטן איז פאראן א גוטע ספּאָרט-באזע!
אָט דאָס איז איצט מײַן אָפּשטאם און ליובעס אָפּשטאם -- דער זאװאָד , מעטיז", --האָט זעליק געטראכט, ליגנדיק אפן בעטל אין דער רודינסקער גאָסטיניצע.
-- נו, טאטע, האָסט זיך שוין א ביסל אָפּגערוט? -- האָט ליובע געפרעגט, וי נאָר זי האָט דערזען, אז ער האָט געעפנט די אויגן. --האָסט אין כאָלעם אוואדע געזען אלע אונדזערע זיידעס און באָבעס.
-- וועגן זיי האָב איך גאָרניט געטראכט, -- איז ער זיך מוידע געווען.
-- וועגן װאָס זשע האָסטו יאָ געטראכט?
-- עס איז ניטאָ מער וועגן װאָס צו טראכטן? עפשער װועסטו מיר העלפן קריגן די טרויבן, װאָס איך דארף?
-- איך װעל דיר העלפן. לאָמיר נאָר ניט פּאטערן קיין צײַט און דערצייל מיר אלץ, וועגן װאָס איך האָב דיך געבעטן.
-- װילסטו טאקע, איך זאָל דיר אף איין פוס דערציילן דעם גאנצן אָפּשטאם?!--א לענ- גערע װײַלע האָט ער געשוויגן, באמיענדיק זיך איבערצושליסן די געדאנקען אין אן אנדער ריכטונג. ער האָט די אויגן אף האלב צוגעמאכט און גענומען ריידן שטיל, אזוי ווי צו זיך אליין. ליובע האָט גענומען פארשרײַבן אין איר בלאָקנאָט, װאָס זי האָט געהאלטן באצײַטנס צעעפנט אפן ערשטן ריינעם זײַטל.
-- אז איך בין געווען א קליינינקער בין איך געגאנגען מיטן טאטן אין בעסמעדרעש און איך האָב ליב געהאט הערן, ויַאזוי מע רופט אים אויס:---יאאמויד רעב מוישע בען צווי-- פלעגט מען אויסרופן. דערפון איז געדרונגען, אז מײַן זיידע און דײַן, הייסט עס, עלטערזיידע האָט געהייסן צווי.
-- צװוי? איך האָב ניט געהערט אזא נאָמען. עס איז דען פאראן אזא?
-- פאראן אזא. צווי אין אף לאָשנקוידעש. אף ייַדיש --הירש, הירשל. אף רוסיש-- גריגאָרי. : -- פארשטענדלעך. און צו װאָס, זאָגסטו, האָט מען אים אויסגערופן?
-- צו דער האפטוירע. ס'איז געווען א קאָװעד פאר א ייַדן, װען מע האָט אים שאבעס אָדער אין א יאָמטעװו אויסגערופן לייענען די טוירע. דער טאטע, מיטן לאנגן טאלעס האָט זיך אופגעהויבן אף דער בימע, װוּ עס ליגט אפן טיש א פאנאנדערגעוויקלטע סייפער-טוירע. דער טאטע בייגט זיך אָן, טוט מיט א ציצע א ריר זיך צו צו דער טוירע, טוט דערנאָך די ציצע א קוש און הייבט אָן לייענען. ער לייענט, און איך הער, און אלע הערן. דער טאטע לייענט הויך, איך שטיי און ווארט אונטן, בא די טרעפּלעך, ביז ער װעט ענדיקן און אראָפּגײן צו מיר.
-- דעם זיידן גריגאָרי געדענקסטו גוט?
-- אוואדע געדענק איך.
-- נו, און די באָבע! וי האָט געהייסן די באָבע?
די באָבע האָט מען גערופן ראָכע. איצט װאָלט מען זי גערופן ראכיל.
-- איז די באָבע ראכיל מײַן עלטערבאָבע. אזוי קומט אויס?
18
דאָ, אינמיטן די רייד, איז ארײַנגעקומען אן אײַנװױנערן פונעם זעלבן נומער, אין וועלכן עס װוינט ליובע. די ארלינגעקומענע איז געווען א יונגע פרוי, קאָנטיק ניט קיין רוסישע און ניט קיין ייִדישע. גיכער פון אלץ א באשקירן צי א מאָרדװינערן, מיט ברייטע קינבאקן און שמאָלבלעכע אויגן. זי האָט זיך באגריסט. דערבײַ אן אופמערקזאמען קוק געגעבן אף ביידן, דערהױיפּט אפן מאנצבל, װאָס איז געזעסן אפן בעטל, און זי האָט א פרעג געטאָן ליובען:
יי אָטיעץ?1
-- אָטיעץ, -- האָבן ביידע, דער טאטע מיט דער טאָכטער, געענטפערט.
די פרוי האָט נאָכאמאָל א קוק געטאָן אף זיי און, קאָנטיק, געבליבן צופרידן, װאָס ס'איז א טאטע מיט א טאָכטער און ניט עמעצער אנדערש. זי האָט ארויסגענומען פון איר קוישל א הויפן רויטע, באהויכטע מיט א טוי, װײַמפּערלעך, װאָס נאָר פונעם קוקן אף זײי װערן אײַליק די ציין. זי האָט די װײַמפּערלעך ארײַנגעשאָטן אין א גלאָז און אוועקגעשטעלט אפן טיש.
-- זײַט זיך מעכאבעד, -- האָט זי געזאָגט.
-- זיס, װוי האָניק, -- זעליק האָט זיך גוס פארקרימט פון די צוויי הארטע יאגעדעס, וועל- כע ער האָט גענומען אין מויל, ליובע האָט אראָפּנעשלונגען און נאָר געגעבן א פּינטל מיט אן אויג, די באשקירן צי די מאָרדװינערן האָט די װײַמפּערלעך געגעסן מיט עמעסער האנאָע.
-- ס'איז בא אונדז דאָ, הינטער דער שטאָט, פול דער וואלד מיט זיי, -- האָט זי געגעבן צו וויסן, -- מע מאכט פון זיי אײַנגעמאכטס, מע קאָכט פון זיי קאָמפּאָט און מע עסט זיי אויך רויערהייט. רויע זײַנען זי געשמאקער פון אלץ.
-- איר זײַנט שוין דאָ לאנג אין גאָסטיניצע?--האָט זעליק געפרעגט.
-- דרײַ טעג, און הײַנט פאָר איך שוין אוועק.--האָט זי געענטפערט. -- כ'וווין דאָ ניט װײַט, הינטער דער געזאלצענער אָזערע. דער זאװאָד האלט שעפטום איבער אונדזער קאָל- ווירט און ער העלפט אונדז. איצט דארף ער העלפן מיט גאזעווע טרויבן. די גריבער זײַנען שוין דאָ, אױיסגעגראָבן בא יעדער שטוב, נאָר קיין טרויבן זײַנען נאָך ניטאָ, נו און מיר דארפן אויך צײַטװײַליק צוויי שלאָסערס. אָבער איך האָב שוין אלץ אײַנפארשטענדיקט -- אין פּארט- קאָם, אין דער דירעקציע, עס איז מיר אויסגעקומען ווארטן אף מארק לװאָוויטשן, ער איז ניט געווען הי, הײַנט אינדערפרי האָט ער זיך אומגעקערט.
-- װוער איז דאָס מארק לװאָװיטש?-- האָט זיך פארינטערעסירט זעליק.
-- מארק לװאָװויטש איז דער הויפּט-אינזשעניער.
-- דער הויפּט-אינזשעניער?-- האָט זעליק זיך פארװוונדערט.--ער הייסט, דוכט מיר, אנדערש.
-- ער איז א נײַער, דאָס הייסט, ניט קיין נײַער, ער ארבעט שוין לאנג אפן זאװאָד, נאָר פּריער איז ער געװען א נאטשאלניק פון א צעך, -- האָט די פרוי דערקלערט, -- מארק לװאָ- וויטש זעגלמאן,
-- װוי? ווי איז זײַן פאמיליע! -- האָט ליובע איבערגעפרעגט.
-- זעגלמאן, -- האָט די פרוי געענטפערט.
-- אָט האָסטו, טאטע, נאָך א זעגלמאן, און װוּ? אפן זאװאָד, װאָס דו דארפסט. ער איז ניט אבייווער, נאָר דער הויפּט-אינזשעניער, --איז ליובע געװוען אנציקט.---אויב דו װעסט ניט גיין צו אים, װעל איך גיין.
-- ס'איז ניט צו פארשטיין, פונוואנען נעמען זיך דאָ, אין רודינסק, אזויפיל זעגלמאנס, -- האָט שוֹין ניט אף א קאטאָװעס געכידעשט זיך זעליק זעגלמאן. --בא אונדז אין מוראוועל איז קיין איין זעגלמאן, כוץ מיר מיט דיר, ניטאָ אף קיין רעפוע.
-- דו ביסט זיכער, טאטע, אז ס'איז ניטאָ?
-- אוואדע בין איך זיכער. ווען זיי װאָלטן געווען, װאָלט איך פאר די צוויי צענדליק יאָר, װאָס מיר לעבן אין מוראװעל, געוויס געהערט, און דו װאָלסט, ליובע, אויך געהערט און געװוּסט.
-- מיר האָבן פּאָשעט ניט געזוכט. אז מע זוכט, טאטע, געפינט מען. אָט װעל איך אים באלד אָנקלינגען..
--- וועמען ועסטו אָנקלינגען?
-- מארק לװאָװויטש זעגלמאנען.
-- און װאָס װועסטו אים זאָגן?
-- כ'וועל אים זאָגן, אז כ'וויל אים זען.
: דער פאָטער? (רוס.).
19
-- מעשוגע-כאָסערדײע. ער איז דאָך א פארנומענער מענטש.
-- װי ער זאָל ניט זײַן פארנומען װעט ער מיר שענקען, טאטע, א פּאָר מינוט. זײַנע א קרויווע וועצט ער אופנעמען. דו זאָג מיר נאָר בעסער, בא אונדז אין דער פאמיליע איז געווען א לװאָוויטש, כ'מיין א לעוו?
--- לעוו איז לייבל. לייבלעך זײַנען געווען פון דער מאמעס צאד און פונעם טאטנס צאד, און פון די פעטערס צדאָדים און פון די מומעס צדאָדים. אָבער לייבן זײַנען דאָך פאראן מי- ליאָנען.
-- כ'ווייס,. טאטע, -- האָט ליובע ניט געלאָזט אים פארטיפערן זיך אין דער צאָל לייבן, וועלכע זײַנען פאראן אף דער וועלט, -- כ'ווייס, אז עס זײַנען פאראן רוסישע לעווס, ענגלישע לעאָס, פראנצויזישע לעאָנען..
-- און ייַדישע לייבן, -- האָט אונטערגעזאָגט שוין זעליק אליין.
-- אף באשקיריש איז לעוו---ארסלאן, -- האָט געגעבן צו וויסן די פרוי, וועלכע האָט מיט אן אינטערעס זיך צוגעהערט צום געשפּרעך צװוישן טאטן און זײַן טאָכטער.
ליובע האָט זיך געביטן מיט די ערטער מיטן טאטן--ער האָט זיך אוועקגעזעצט באם טיש, און זי אפן בעטל.
אין רודינסק אפן װאָקזאל-פּלאץ האָט זי בא א ציגײַנערטע געקויפט א טיוביקל פארב. די ציגײַנערטע איז נאָכגעלאָפן די אָנגעקומענע פּאסאזשירן און געשריען צו די מיידלעך און פרויען: , טעני, טעני, טעני!"!. ליובע איז ניט בײַגעשטאנען דעם יעיצערהאָרע און געקויפט די ,טעני". איצט האָט זי צום ערשטן מאָל באנוצט זיך מיט זיי. זעליק האָט מיט א זויערער מינע געקוקט, װוי אונטער די ברעמען װערט בא איר אלץ בלויער.
-- זעסט דאָך אויס שענער אָן זיי, -- האָט ער געקנייטשט מיט די אקסלען.
-- אוואדע שענער, -- האָט זי געענטפערט און אוועקגעלייגט נאָך א ביסל , טענ"
-- גענוג!-- האָט ער זי אָנגעכאפּט פאר דער האנט.--װעסט דאָך טאקע וערן נאָר איין שאָטן.
זי האָט אָנגעטאָן א לאנג קלייד, לויט דער מאָדע נאָך, ס'האָבן זיך נאָר ארויסגעזען די קנאפל פון די טופליעס.
-- ווילסט זיך דורכגיין אין שטאָט?-- האָט ער געפרעגט.
-- כ'וועל שוין זען, -- האָט זי אומבאשטימט געענטפערט.
זי האָט זיך געזעגנט מיט דער שכיינע, א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ צום טאטן.
-- ווארט זשע אויס, איך גיי דאָך אויך מיט דיר, -- האָט ער זיך אופגעהויבן פון בענקל,
זיי זײַנען ביידע ארויס פונעם צימער, נאָר אין קאָרידאָר האָט זי אים געזאַגט:
-- גיי צו זיך און רו זיך נאָך א ביסל אויס. איך על אינגיכן קומען --און זי האָט פארגיכערט דעם טראָט, פון די טרעפּ איז זי קימאט אראָפּגעלאָפן.
8
אפן צווייטן שטאָק אין דער געבײַדע פון דער זאװואָד-פארוואלטונג זײַנען אין א גרויסן ליכטיקן צימער געזעסן און געשטאנען א סאך מענטשן, וועלכע האָבן געווארט אף אן אופ- נאם. די, װאָס האָבן געדארפט צום דירעקטאָר, האָבן זיך געהאלטן נעענטער צו דער טיר מיטן שילדל ,ס. אי. גובאריעוו", די, װאָס האָבן געװאָלט ארײַנגיין צום הויפּט-אינזשעניער, האָבן געװאָרפן אומגעדולדיקע בליקן אף דער אנטקעגנדיקער טיר מיטן שילדל ,מ. ל. זעגלמאן לויט דעם, ויָאזוי זעגלמאנס באזוכער האָבן, אומגייענדיק איבערן צימער אָדער זיצנדיק אף די בענקלעך, ארײַנגעקוקט אין צייכענונגען, אין טאבעלעס, וועלכע זיי האָבן שוין באצײַטנס ארויסבאקומען פון די פּאפּקעס און פּאָרטפעלן, האָט מען גוט געקאָנט זען, װי ס'איז טײַער בא זיי יעדע מינוט און װוי ס'איז אומדערלאָזבאר אזעלכע פארנומענע מענטשן צווינגען ווארטן.
ליובע, אין איר לאנגן קלייד מיט די קנאפעלעך פון די טופליעס, וועלכע זעען זיך קוים ארויס פון דעם, דער קאָפּ--- באקרוינט מיט א טורעם העל-בלאָנדע האָר, די בלויע אויגן נאָך מער אונטערגעבלויט פון די ,טעני", אפן האלדז --א שנירל בורשטין-קרעלן (אן אָנדענק פון דער שטאָט יורמאלא, באם באלטישן יאם-שטראנד, װוּ ליובע האָט פאראיאָרן זומער אָפּגע- רוט) -- אזא אױסגעפּוצטע, א שיינע, האָט זי געמאכט אן אײַנדרוק אף דער סעקרעטארשע פונעם הויפּט-אינזשעניער.
! שאָטנס, שאָטנס, שאָטנס!
20
-- איך דארף צו מארק לװאָוויטשן, -- האָט ליובע איר צו וויסן געגעבן.
-- בא מארק לװאָוויטשן איז איצט א באראטונג. איר דארפט צו אים פּערזענלעך?-- די נײַגעריקע סעקרעטארשע האָט ניט אראָפּגענומען פון איר די אויגן.
-- וי זאָל איך אײַך זאָגן. יאָ פּערזענלעך און ניט פּערזענלעך. -- ליובע האָט זיך באמיט טאָן א שמייכל, דאָס האָט, װײַזט אויס, גוט איר זיך אײַנגעגעבן, װײַל די סעקרעטארשע האָט אויך א רעטענישפולן שמייכל געטאָן.
-- זעצט זיך צו. זאָגט מיר, ביטע, ויָאזוי זאָל איך מיטיילן וועגן אײַך?
-- מיין פאמיליע איז זעגלמאן,
-- איר זײַנט מארק לװאָוויטשעס א קרויווע?
ליובע האָט צוזאמענגענומען די ליפּן און עפּעס א מורמל געטאָן אומדײַטלעך, דאָס האָט מען געקאָנט פארשטיין, װי מע וויל, -- סײַ יאָ, סײַ ניין,
-- איר דארפט צו אים טייקעף?
-- איך האָב א ביסל צײַט. איך בין הײַנט געקומען צו פאָרן און װעל דאָ זײַן א פּאָר טעג, אָבער ס'װאָלט זיך מיר זייער געװאָלט..
א פארינטריגירטע, איז די סעקרעטארשע ארײַנגאנגען צו איר שעף, קעדיי אים מיטצו- טיילן וועגן דער באזוכערן, וועלכע איז געקומען הײַנט צו פאָרן און וויל אים זען.
מארק לװאָװיטש זעגלמאן, דער הױיפּט-אינזשעניער פונעם רודינסקער מעטאלורגישן קאָמ- בינאט, איז אלט בא די זעכציק יאָר. מענטשן אין זײַן עלטער מעגן זיך ווינטשן זײַן אזוי גע- זונט, װי ער. אין מעשעך פון די זעקס יאָרצענדליקער, װאָס ער לעבט אף דער וועלט, איז ער געווען קראנק צוויי מאָל: קינדװײַז---געמאָזלט, און אין די רײַפע יאָרן --א פּאַר װאָכן גע- האט מאליאריע. די ציין זײַנען בא אים אזעלכע װײַסע, שטײַפע, שטייען אזוי געדיכט און גלײַך אין דער אונטערשטער ריי און אין דער אייבערשטער, אז מע קאָן מיינען, זיי זײַנען ארײַנגעשטעלטע. ער איז העכער פון מיטלװוּקס, נאָר ווען ער גייט, דעם קאָפּ מיט די קוטשע- ראווע האָר אופגעהויבן ארוף-צו, די אקסלען פאנאנדערגענומען, דער טראָט א ברייטער, א הילכיקער, -- זעט ער דעמלט אויס װי א הויכער גוואר.
אזוי װי א סאָלדאט, װאָס הייבט אָן זײַן לערע פון איינפאכסטע זאכן -- גיין אין ,סטראָי?, קערעווען לינקס, קערעווען רעכטס און ביסלעכװװײַז, אויב ער בלײַבט איבער דינען אין ארמיי און לערנט זיך װײַטער, הייבט ער זיך פון טרעפּל צו טרעפּל -- צוערשט װוערט ער א ייַנגע- רער קאָמאנדיר, דערנאָך אן עלטערער און שפּעטער א הויכער קאָמאנדיר. אזוי האָט מאָטל זעגלמאן דורכגעמאכט אפן רודינסקער מעטאלורגישן זאװאָד אלע ארבעטן, אָנגעהויבן פון שווארצארבעט. דערנאָך האָט מען אים אוועקגעשטעלט פארן דריטן געהילף פונעם שטאָלקאָ- כער, אין א שטיקל צײַט ארום איז ער געװאָרן דער צווייטער געהילף, שפּעטער -- דער ער- שטער, און װײַטער -- אליין שוין דער שטאָלקאָכער, און נאָך װײַטער -- נאָכן אינסטיטוט, װאָס ער האָט פארענדיקט, איז ער געווען א וואכטע-מײַסטער אין מארטען-צעך, אן אָבערמײַסטער, צום סאָף -- שעף פונעם זעלבן צעך און גאָר ניט לאנג צוריק, ווען דער פריערדיקער הויפּט- אינזשעניער סערגיי איוואנאָװויטש גובאריעוו האָט פארנומען דאָס אָרט פונעם דירעקטאָר, וועלכער איז אריבער ארבעטן אין מאָסקװע, אין מיניסטעריום פון דער שווארצער מעטאלור- גיע, איז מארק לװאָװיטש געװאָרן הויפּט-אינזשעניער פון מעטאלורגישן קאָמבינאט.
מיט אכט כאדאָשים צוריק איז געשטאָרבן מארק לװאָוויטשעס פרוי, ס'איז געווען א זעל- טענע אײניקײַט פון צוויי נעשאָמעס, א העלע ליבע, װאָס עס האָבן ניט געקאַנט זי פארטונ- קלען די שווערסטע זאָרגן, איבערלעבונגען, וועלכע פאלן אויס אף מענטשלעכע לעבנס. די שטוב, װוּהין ער האָט נאָך דער ארבעט שטענדיק געײַלט, װי מע אײַלט צו א שיינעם יאָמ- טעוו, איז מיטאמאָל געװאָרן אומהיימלעך און אזוי װי פּוסט. ס'האָט זיך ניט געװאָלט גיין אהיים, כאָטש דאָרטן האָבן, װי פריַער, געלעבט זײַן אלטיטשקע מאמע, כאווע, װאָס איר איז שוין צוויי און אכציק יאָר, און דער זון זײַנער פעליקס. ס'איז אפילע דורך קימאט אומבאמערקט פאר אים אזא געשעעניש, װאָס אין אן אנדער צײַט װאָלט זי אָפּגעצײכנט געװאָרן מיט גרויס פרייד. גאָר ניט לאנג צוריק, אין אפּרעל כוידעש, האָט פעליקס פארטיידיקט, און גוט פארטיי- דיקט, א דיסערטאציע. ער איז געװאָרן א קאנדידאט פון טעכנישע וויסנשאפטן.
מיט א פּאָר יאָר צוריק, מארק לװאָװיטשעס פרוי האָט נאָך דאן געלעבט, איז בא זיי גע- ווען א גאסט --- א װײַטער קאָרעוו פון כארקאָוו. יענער האָט דערציילט וועגן זײַן טאָכטער, װאָס איז א שײינהײַט. ער האָט געבראכט פולע בוזעם-קעשענעס מיט פאָטאָגראפיעס --ביל- דער פון זיך אליין, בילדער, װוּ ער איז צוזאמען מיטן װײַב, בילדער פון די קינדער, פּלעמע- ניקעס, פּלעמעניצעס און מער פון אלץ בילדער פון דער טאָכטער, וועלכע האָט װירקלעך אויסגעזען זייער א שיינע.
21
-- כ'וועל זי שיקן צו אײַך קיין רודינסק, זאָל זי זען אוראל, די אוראלער בערג, זי איז א פארברענטע טוריסטקע, --האָט דער קאָרעוו געזאָגט, מיט איין אויג קוקנדיק אף מארק לװאָװיטשן און מיטן אנדערן אויג אף מארק לװאָוויטשעס זון, פעליקסן, װאָס האָט געהאלטן די פאָטאָגראפיעס פונעם מיידל אין די הענט און, דוכט, ניט געקאָנט זיך אָפּרײַסן פון זיי.
איצט, ווען די סעקרעטארשע האָט אים שטילערהייט געזאָגט וועגן דער באזוכערן, האָט מארק לװאָוויטש זיך דערמאָנט וועגן דעם קאָרעװוס טאָכטער, און ער איז געווען קימאט זי- כער, אז דאָס איז זי געקומען צו פאָרן.
וי נאָר ס'האָט זיך פארענדיקט די זיצונג, איז מארק לװאָװויטש ארויס פון קאבינעט, ניט האָבנדיק, װײַזט אויס, קיין געדולד צוּווארטן, ביז דאָס מיידל װעט אליין ארײַן צו אים. צו- זאמען מיט אים זײַנען ארויסגעגאנגען פון קאבינעט די, וועלכע זײַנען בא אים געזעסן. ער האָט נאָך מיט איינעם און מיט א צווייטן א רעד געטאָן א פּאָר ווערטער בעשײַכעס מיט דעם, װאָס מע האָט באהאנדלט אף דער זיצונג, אָבער זײַן בליק איז שוין געווען אינגאנצן גע- ווענדט צום מיידל, װאָס האָט אויך טייקעף אָנגעצילט אף אים אירע אויגן, --זי האָט אָן א טאָעס געטראָפן, אז דאָס איז דער, װועמען זי דארף. בא ליובען איז געווען א טמימעסדיקער אויסדרוק אפן פּאָנעם, א ביסל א פארלוירענער שמייכל אף די ליפּן. עס האָבן העל געגלאנצט די בלויע אויגן. מארק לװאָװיטשן האָט זיך געדוכט, אז דאָס אלץ האָט ער געזען אף יענעם בילד באם קאָרעוו.
מארק לװאָוויטש האָט זיך אנטשולדיקט פאר די, װאָס האָבן געווארט אף אים אין אופ- נאם-צימער.
-- איך װעל בעטן אײַך א פּאָר רעגעס אויסווארטן, -- האָט ער זיך געװוענדט צו איינעם, און צו א צווייטן, צו א דריטן, און יעדערער פון די באזוכער, וועלכע האָבן געגארט װאָס גיכער דערליידיקן באם הויפּט-אינזשעניער זייערע דרינגענדיקע איניאָנים, האָבן איצט, פּונקט וי ער װאָלט זיי געזאָגט זייער אן אָנגענעמע זאך, אויסגעדריקט, צופרידענע, די האסקאָמע:
-- גוט, גוט, מארק לװאָוויטש, מיר װעלן מיט פארגעניגן אויסווארטן.
-- א שוועסטערקינדל? -- האָט מיט א פריילעכן קאָל געפרעגט באם הױפּט-אינזשעניער דער שעף פון מעכאנישן צעך בודישקין, װאָס איז די גאנצע צײַט אומגעגאנגען א שטארק פארכמורעטער איבערן צימער. ס'איז געווען צו זען, אז אים טוט אויך האנאַע, װאָס ס'וועט אויסקומען ווארטן,
-- א פּלעמעניצע, -- האָט מארק לװאָוויטש געענטפערט אף א קאָל, אז אלע זאָלן וויסן.
ער האָט ליובען גענומען אונטער דער האנט און ארײַנגעפירט אין קאבינעט, אוועקגעזעצט זיך מיט איר אפן דיוואן, וועלכער איז געשטאנען בא דער וואנט, אָפּגעזונדערט פון די בענק- לעך און פונעם טיש. אפן דיוואן זעצט ער זיך אװועק מיט עמעצן פון זײַנע באזוכער, ווען ער דארף האָבן מיט אים א באזונדערס אָנפארטרוילעכן שמועס.
-- װאָס הערט זיך בא אײַך אין דער היים? פארװאָס האָט דער טאטע ניט אָנגעשריבן, אז דו קומסט? ביכלאל, פארװאָס שרײַבט ער ניט? -- די פראגן זײַנען געשטעלט געװאָרן איינע נאָך דער אנדערער און, זעלבסטפארשטענדלעך, אז אף קיין איינער פון זיי האָט ליובע ניט געװוּסט, װאָס צו ענטפערן. זי האָט זיך געפילט אומבאקוועם. זי װויל טאקע זײַן א קרויווע, אָבער מע זאָל זי אופנעמען מיט אזא היציקײַט, אָפּלײיגן צוליב איר די באגעגעניש מיט פאר- נומענע טוער פון זאװאָד, װאָס ווארטן דאָרטן אינעם אופנאם-צימער, -- דאָס איז גאָרניט ארײין אין אירע פּלענער. די שפּיל טויג ניט, יעדנפאלס האָט זי זוכן קרויווים ניט געדארפט אָנהייבן פונעם הויפּט-אינזשעניער, און נאָך אינמיטן ארבעטס-טאָג.
-- איך בין געקומען צו פאָרן מיטן טאטן, זעליק מאָיסייעװיטשן, -- האָט זי גענומען פאר- פּינקטלעכן דעם איניען.
-- מיטן טאטן? װוּ זשע איז ער?! ס'האָט עפּעס געטראָפן מיט אים אין וועג?-- איז מארק לװאָוויטש געװאָרן באומרויַקט.
-- ס'האָט גאָרניט געטראָפן. ער איז אין גאָסטיניצע.
-- פארװאָס זײַנט איר ניט פארפאָרן צו אונדז? און... און ויַאזוי האָסטו אים אָנגערופן, דײַן טאטן? -- האָט דער הויפּט-אינזשעניער געכאפּט זיך, אז דאָ איז עפּעס א פּלאָנטער,
--- מײַן טאטע הייסט זעליק מאָיסייעװיטש,
-- ניט באָריס אלטעראָװיטש?
| -- ניין, ניט באָריס אלטעראָװויטש.
-- אָבער דײַן... אײַער פאמיליע, -- מארק לװאָוויטש האָט שוין ניט געװוּסט, צי מע דארף זי דוצן אָדער אירצן. -- די פאמיליע איז זעגלמאן?
-- זעגלמאן, -- האָט זי מיט פרייד באשטעטיקט.
22
ער האָט ניט געדענקט, ויָאזוי מע רופט דעם קאָרעװוס טאָכטער, אין קאָפּ האָט זיך גע- באָמבלט עפּעס א נאָמען אן אויסטערלישער --עלעאָנאָרע, עלווירע, עליזאבעט..
-- און רופן רופט מען דיך... אײַך?
-- איך הייס ליובע...
-- ליובע... איז זאָל זײַן ליובע... מײַנע א מומע הייסט ליובע, ליובאָווו אראָנאָװנא, --- האָט ער זיך דערמאָנט.
פאר ליובען איז געקומען די עמעסע צײַט אָנצוהײיבן אױסקלאָרן די גענעאלאָגיע. פונעם שיינעם האנט-בײַטעלע האָט זי ארויסגענומען איר קלייניטשקן, מיט רויטע טעוועלעך, בלאָק- נאָט, אופגעמישט אים אפן זײַטל, װאָס זי האָט באדארפט.
-- דאָ איז בא מיר אלץ פארשריבן, מײַן עלטערזיידע האָט געהייסן הירש, הירשל, אף רוסיש -- גריגאָרי, די עלטערבאָבע האָט מען גערופן ראָכל, ראכיל.
-- און מײַן זיידע, אָלעװהאשאָלעם, האָט געהייסן כאים און די עלטערבאַבע האָט געהייסן פּעסיע, דאָס איז פונעם טאטנס צאד. פון דער מאמעס צאד... יאָ, ויַאזוי האָט מען די באָבע מיטן זיידן גערופן פון דער מאמעס צאד?--- מארק לװאָװויטש האָט אָנגעשטרענגט דעם זיקאָרן און זיך דערמאָנט: -- אים האָט מען גערופן מאָטל, זי-- גאָלדע.
-- קומט אויס, אז מיר זײַנען ניט קיין קרויווים, -- האָט ליובע אן אנטוישטע באמערקט,
-- קיין נאָענטע, װײַזט אויס, ניט, -- האָט ער צוגעשטימט.
-- און עפשער װײַטע אויך ניט, --האָט זי צוגעגעבן --אָבער איך האָב צו אײַך אן איניען א געשעפטלעכן.
-- א געשעפטלעכן איניען?
-- יאָ... איך דארף טרויבן.
-- איר... דו דארפסט אויך טרויבן?! און צוליב דעם געקומען צו פאָרן אהער? ביסטו גאָר א טאָלקאטש, --- ער האָט זיך אזוי פאנאנדערגעלאכט, אז מע האָט דעם געלעכטער מיסטאמע אויך געהערט אינעם אופנאם-צימער.
-- ניט איך דארף, נאָר ס'דארף דער זאװאָד ,, מעטיז" פון דער שטאָט מוראוועל. מײַן פאָטער ארבעט אינעם אָפּטײל פאר מאטעריעל-טעכנישער באזאָרגונג, אָבער ס'איז אלציינס, איך, צי ער, אָנעם מעטאל װועלן מיר ביידע פונדאנען ניט אװעקפאָרן, אפן זאװאָד ,,מעטיז" ווערט ארונטערגעריסן דער פּלאן.
דאָס איז געווען א געוויינלעכע ביטע און ארױסגעזאָגט געװאָרן מיט געוויינלעכע ווער- טער, נאָר זיי האָבן געמאכט אן אײַנדרוק אף מארק לװאָוויטשן.
-- וועגן די טרויבן װעלן מיר א קלער טאָן --האָט ער זיך אָנגערופן. --ער האָט א װײַלע געשוויגן, ניט אראָפּגענומען פון איר די אויגן,---און וועגן אונדזער קרויוועשאפט אויך, -- האָט ער צוגעגעבן מיט א שמייכל.-- איך וויל, אז מיר זאָלן זײַן קרויווים. ווייסטו װאָס, טײַערינקע, -- איז ער ווידער אריבער אף ,דו", --- פאָר צו צו מיר אהיים, בא מיר איז זייער א וווילע אלטיטשקע מאמע, מע רופט זי מינע, מינע יעפימאָוונע, זי װועט זײַן צופרידן. מיט איר װעסטו אלץ גענוי אױיסקלאָרן, עפשער טאקע... ביסט דאָך זעגלמאן, -- ער האָט אָנ- געבויגן זיך צו איר, פּאָנעם צו פּאָנעם, און פאָרגעזעצט:-- דו ווייסט נאָך ניט, װאָס פאר א מישפּאָכע ס'איז בא אונדז. דאָ, אין רודינסק, איז די פאמיליע זעגלמאן פון די פּאָפּולערע פאמיליעס. וועסט זיך באקאנען, װועסטו שוין אליין זען..
9
ליובע איז אוועק צו מארק לװאָוויטשעס מאמע, און דאָ, אין דער דירע, האָט מען שוין געווארט אף איר. ארײַן איז זי אין שטוב, װוי א מאלקע, װוי א פּרינצעסן, אין איר לאנגן קלייד, מיט א גילדענער בראָשקע אפן װײַסן האלדז און מיט שׂיינע אוירינגלעך אין די קליינע ראָ- זעווע אויערן.
מארק לװאָוויטשעס מוטער און זײַן זון, מינעס דרײַ:און-דרײַסיק-יאָריק אייניקל פעליקס, האָבן אופגענומען דעם גאסט אפן בעסטן אויפן.
אן אנציקטער פון ליובעס שײינקײַט, האָט פעליקס, וי נאָר ער האָט אף איר קלונג געעפנט די טיר, אויסגעשטרעקט מיט פרייד די הענט צו באקאנען זיך מיט איר.
-- אף דער שװעל טאָר מען ניט, --האָט ליובע א לאך געטאָן, געמאכט א טראָט אין פירהויז ארײַן, און דאן אים דערלאנגט די האנט. פון א זײַטיקן צימער אין ארויס די אלטע
29
מינע, פּאװאָלינקע גוס באקוקט דעם גאסט. דער אײַנדרוק איז, קאָנטיק, געוװען ניט קיין שלעכטער.
-- מאָטל האָט מיר שוין אָנגעקלונגען וועגן דיר און איך ווייס, אז דו זוכסט קרויווים. -- מינע האָט עטװאָס זיך אונטערגעהויבן אין אירע ווייכע שטוב-שיך צו דער װוּקסיקער ליובען, קעדיי בעסער אײַנקוקן זיך אין איר.
פעליקס האָט דערװײַל געצופּט דאָס הארטע געלע שטײַפע בערדל, װאָס האָט צוזאמען מיט די באקנבארדן פארשטעלט די קינדערשע זומער-שפּרענקלעך אפן פּאָנעם.
אינעם גאסט-צימער, אפן טיש, א פארשפּרייטן מיט א בלוייבלימלדיקן טישטעך, איז גע- שטאנען א שיסעלע סאלאט, א טעלער מיט א צעשניטענעם הערינג, באלייגט מיט ריפטלעך ציבלקעס, אף אן אנדער טעלער --אָנגעשניטענער װוּרשט, אינמיטן טיש --א פלעשל ,ריס- לינג", ארומגערינגלט מיט בעכערלעך.
-- דאָס האָט אלץ אפגיך צוגעגרייט פעליקס, -- האָט דערקלערט מינע, אזוי װוי וועלנדיק אראָפּנעמען פון זיך די שולד פאר די איינפאכע מײַכאָלים. -- לאָמיר זיך צוזעצן און פארבליסן.
ליובע האָט פּײַנט געהאט אָפּצזאָגן זיך,. אז מע זאָל נעמען אײַנרײדן, און זי האָט זיך שוין טאקע א ביסל אויסגעהונגערט אויך, זי האָט זיך געזעצט צום טיש.
-- פעליקס! -- האָט די באָבע א װוּנק געטאָן אפן ליידיקן טעלערל, װאָס איז געשטאנען אנטקעגן ליובען, און פעליקס האָט גלײַך געמאכט דאָס טעלערל פול.
נאָכן צובײַסן האָט די אלטיטשקע גענומען ליובען פאר א האנט און ארײַנגעפירט צו זיך אין צימער. פעליקס איז אויך ארײַן מיט זיי.
מינע איז אלט צוויי און אכציק יאָר. אין רודינסק איז זי עפשער די עלטסטע פרוי. ס'איז נאָך איצט קאָנטיק, אז אמאָל איז זי געווען א שיינע, זייער א שיינע פרוי. איר געזיכט איז איצט אזוי וי באלויכטן מיט אזא מין שטילן, רויִקן שקיַע-קאָליר, װאָס בלײַבט איבער אפן ראנד פון הימל א געוויסע צײַט נאָכן זוןדפארגאנג. די אויגן מיט א בלוילעכן אָפּשײַן אין דער טיף פון די שווארצאפּלען זײַנען װי צוויי דערברענענדיקע ליכט, וועלכע לײַכטן צום סאָף אויך אזוי העל, וי זיי האָבן געלויכטן צום סאמע אָנהייב. אפן האלדז בא מינען הענגט אף א דין גאָלדן קייטעלע א מעדאליאָן מיט אן ארײַנגעפאסט בילד פון איר מאן, וועלכן זי האָט פארגעטערט בייס זײַן לעבן, און איצט, נאָך זײַן טויט, זײַנען אלע אירע געדאנקען נאָר פאר- בונדן מיט אים, מיט זײַן אָנדענק. אף דער פּלײצע, וועלכע איז א ביסל פארקײַלעכיקט און אײַנגעבויגן, איז אריבערגעװאָרפן א ווארעמע פאטשיילע מיט גרינע פרענדזעלעך. אינדערפרי, נאָכן פרישטיק און נאָך א קורצן שפּאציר אין דערבײַיַקן סקווער, זיצט זי באם שרײַבטיש אין איר צימער און שרײַבט זיכרוינעס וועגן יאקאָוון, איר מאן. פון דער וואנט קוקט אף איר יאקאָווס פּאָרטרעט. אנטקעגן פענצטער שטייט אין א הילצערן פעסעלע א געוויקס, װאָס הייסט ,דעקאבריסט", ער בליט אין דעקאבער-כוידעש, אָבער אויך נאָכן אָפּבליִען זײַנען די בלעטער פריש, גרין, האלטן זיך לאנג, ביז זיי נעמען וועלקן.
-- זעץ זיך, מײַן קינד, -- האָט מינע אָנגעװיזן א שטול לעבן זיך באם טיש און אליין האָט זי אויך זיך אוועקגעזעצט אף איר אָרט. -- נו, איז װוער וועט פריִער נעמען דערציילן?-- האָט זי א שמייכל געטאָן.
-- דו ביסט, באָבע, עלטער, דארפסטו אָנהײבן, -- האָטס באמערקט פעליקס.
-- גוט, איך װעל אָנהייבן, ---איז מינע מאסקים געווען. ---אָבער דו, פעליקס, אויב װועסט ניט הערן ביזן סאָף, איז גיי. בעסער שוין אוועק, האָסט א טעווע -- אופהייבן זיך און אוועקגיין אינמיטן,
-- איך װעל ניט אועקגיין באָבע, ערנװאָרט, -- האָט פעליקס פארזיכערט, --נאָר דער- צייל ניט בלויז וועגן זיידן, נאָר וועגן זיך אויך. וועגן זיך, באָבע, דערציילסטו שטענדיק זייער װייניק.
מינע האָט צוזאמענגענומען די ברעגן פון דער פאטשיילע אף דער ברוסט, א װײַלע גע- פירט מיט די פינגער פון ביידע הענט איבער דער נאקעטער טונקל-פּאָלירטער אויבערפלאך פונעם שרײַבטיש, אײַנגעקוקט זיך אין דער טונקעלער שפּיגלדיקער טיש-צארגע, און וי זי װאָלט דערזען דאָרטן די פארגאנגענע יאָרן, די אמאָליקע געשעענישן, די אמאָליקע יוגנט, דאָס אמאָליקע לעבן, האָט זי אָנגעהױבן דערציילן פּאװאָליע, גענוי און אפילע פיל מער, װי מע באדארף אף צו פעסטשטעלן קרויוועשאפט.
-- מיר האָבן געלעבט אף װאָלין, ניט װײַט פון זשיטאָמיר, און געווען זײַנען מיר זיבן קינדער --ארל, בערל, כײַקע, יאָסל, שיפרע, עליע, און איך, מינע. דער טאטע איז געווען א געשעפטס-מענטש. ער האָט זיך צוזאמענגעלייגט מיט נאָך צוויי ברידער זײַנע און מע האָט
24
אויסגעבויט א הוטע, ניט קיין גרויסן גלאָזיזאװאָד, אָבער בא דער ערשטער פּראָבע איז דער אויוון כאָרעװו געװאָרן. די פליסיקע גלאָזימאסע האָט ארויסגעפלייצט, און כווייס שוין ניט, װאָס עס איז דאָרטן װײַטער געשען, נאָר דאָס גאנצע זאװאָדל איז אוועק מיטן פײַער. אזוי איז געווען מיט אלץ, צו װאָס מײַן טאטע, אָלעװהאשאָלעם, האָט זיך ניט גענומען, טאָמיד האָט זיך אױיסגעלאָזט מיט אן אומגליק. נו, און זיבן קינדער ווילן עסן, מע דארף זיי קליידן. איך בין געווען א שיין מיידעלע און מע האָט מיך געהאלטן נאָך פאר א קלוגער אויך. האָט מיך די באָבע נעכע, דעם טאטנס מאמע, גענומען צו זיך. זי האָט געוווינט אין א גרויסן הויף -- ניט קיין הויף, נאָר א גאנצע שטאָט: צוויי באָטעמעדראָשים זײַנען געווען אין הויף, און א טשײַנע, און א שענק, און אן אייגענער באלסויפער, דאָס הייסט אזא, װאָס שרײַבט אף פּער- גאמענט די טוירע, און באלמעלאַכעס -- איינער אפן אנדערן. שמוליק דער שוסטער, מענאשע דער שנײַדער, בערל דער סטאָליער. אף דער גאס, הינטערן טויער, איז פון אינדערפרי ביז אינאָװונט געזעסן כײַע די פארברענטע. װוינטער-צײַט איז זי געזעסן אף א טאָפּ מיט הייסע קוילן, איז זי שטענדיק געווען אן אָפּגעסמאליעטע. זי האָט געהאנדלט מיט ביליקע קלעפּיקע קאָנפעטלעך, לאָרבער-בלעטער, אמאָל איז בא איר אויך געווען כאלווא.
דער זיידע, רעב מעשולעם, עס זאָל אים ניט אויסגערעדט זײַן, איז געװוען א הארבער מענטש. אין הויף האָט ער געהאט אן אייגן הויז און געהאלטן קווארטיראנטן. די באָבע האָט פונעם ערשטן מאן קיין קינדער ניט געהאט, דערפאר פונעם צווייטן, דה. פון מײַן זיידן רעב מעשולעם, האָט זי געבוירן איין און צוואנציק קינדער, געבליבן לעבן זײַנען נײַן קינדער. איך בין געווען א צענטע, אָבער ניט די לעצטע בא דער באָבע נעכע. אין הויף האָט מען מיך גערופן ,דער באלעבאָסטעס אייניקל". די באָבע האָט מיך געפּעסטעט, און געשלאָפן בין איך אין איר שלאָפּצימער. אין ווינקל איז געווען א שפּיגל, האָב איך זיך צוגעוווינט קוקן אין אים.
-- ביסט שיין, ביסט שיין, מינעלע, -- פלעגט די באָבע זאָגן, --אזא יאָר אף מיר.
צו שאבעס פלעגט די באָבע שוין נעמען זיך גרייטן פון דאָנערשטיק, פרײַטיק אינדערפרי האָט מען געגעסן א פּידפּאלעקל, דאָס איז געווען דער פרישטיק. אין גרויסן אויוון מיטן פּרי פּעטשעק האָבן זיך געבאקן די קוילעטשן, ס'האָט געשמעקט מיט קוגלען--א לאָקשןקוגל, א זיסער קוגל, ס'איז געגאנגען א פּארע פונעם טאָפּ מיט גילדערנער יויך, ס'האָבן גערייצט די רייכעס פון געפילטע פיש, געהאקטע לעבער, פאסאָליעס מיט געפּרעגלטע ציבעלעס און שמאלץ, דער טערפּקער דאמף פון קאָמפּאָט -- די טרוקענע פּיירעלעך קאָכן זיך, שווימען אף אויבן אינעם טאָפּ--- אופגעבלאָזענע, פולע, אזוי װוי אָנגעפילטע מיט טײַנעג, װאָס זיי ליגן אין זוד און קאָכן זיך. אָבער פון אָט די אלע מײַכאָלים טאָר מען פרײַטיק באטאָג ניט געניסן די באָבע פארוקט זיי אין אויוון און פארשמירט אים מיט ליים, ער זאָל האלטן ווארעמקײַט.
מיט דער באָבען בין איך געגאנגען אין שול. איך האָב געטראָגן איר סידער און ס'איז מיר גוט געווען. די בעסטע צײַט איז געווען פרײַטיקצונאכטס און א גאנצן טאָג שאבעס, ווען עס פלעגן קומען צוגאסט דעם זיידנס מיט דער באָבעס זין, טעכטער, אייניקלעך. אָבער װי נאָר מע האָט געמאכט די האװודאָלע און דער זיידע האָט אױיסגעטאָן די שאבעסדיקע קאפּאָטע, איז אין שטוב געװאָרן מאָרעשכױרעדיק. דער זיידע האָט דאן אָנגעהויבן פירן זײַנע כעזשבוי- נעס. ער ווענדט זיך צו מיר;
-- שוין צוויי כאדאָשים, װי די שטומע האָט ניט געצאָלט קיין דירע-געלט. גײי, מינע, ארוף צו איר און זאָג, אז זי זאָל סילעקן דעם כויוו.
די שטומע, אן אָרעמע ייִדענע, װאָס האנדלט מיט סעמעטשקעס, מאכט צוויי פויסטן, דער- נאָך עפנט זי די פויסטן און װײַזט מיר, אז זיי זײַנען ליידיק. איך וויל זיך ניט אומקערן גלײַך אין שטוב און דאָס דערציילן דעם זיידן, ער װועט דאָך װוערן אין קאס און אליין לויפן מאָנען דעם כויוו. איך דריי זיך ארום לעבן די אנדערע שטיבלעך אין הויף. דערזעט מיך שמוליק דער שוסטער.
-- מינעלע, -- זאָגט ער, -- כ'וועל דיר מאכן א פּאָר שיכעלעך. לערן אויס מײַנע קינדער דעם רוסישן אלעפבייז.
איך האָב זיך געלערנט אין ערשטן קלאס גימנאזיע, געקאָנט לייענען און שרײַבן בין איך געװאָרן א לערערן. מענאשע דער שנײַדער האָט געשטרעבט, אז זײַן זון, רוּווקע, שוין אן אונטערגעוואקסן באָכערל, זאָל ווערן א פּריקאזטשיק.
-- לערן אים אויס אונטערשרײַבן זיך, -- האָט ער מיך געבעטן, -- ועט ער זײַן א מענטש.
האָב איך רוּווקען אויסגעלערנט אונטערשרײַבן זיך און א ביסל שרליבן אויך. ארלינגייענ- דיק אין די אָרעמע שטיבער, האָב איך זיך געשעמט, װאָס איך בין פּײַן געקליידט און די באקן זײַנען בא מיר רויטע. ווען איך בין געזעסן מיט א קינד און געלערנט, האָב איך געהאט א פארלאנג צו זײַן אזוי בלאס, װוי די קינדער זײַנען געווען.
29
גופע אָבער מײַן אייגענע לערע אין גימנאזיע האָט זיך גיך פארענדיקט. איך האָב געהאט א כאווערטע אין גימנאזיע, א רוסיש מיידל, פלעגט זי זאָגן: ,אלע אָרעמע קינדער לערנען זיך גוט". איך האָב גוט זיך געלערנט, אָבער דאָס האָט ניט געהאָלפן, און ווען איך האָב ניט אָפּגעצאָלט פארן לערנען, האָב איך געמוזט אוועקגיין פון גימנאזיע. איך בין אװעק נאָכן דריטן קלאס. דאן האָט זיך געפונען א באָכער, אזרזעל דעם שמאטניקס זון, װאָס האָט געהאט אן אָפּענעם מויעך, אליין אלץ זיך אויסגעלערנט. גערופן האָט מען אים עליע. טוט א זאָג איינמאָל עליע צו מײַן באָבען:-- זאָל מינע קומען צו מיר. איך װעל זי לערנען אומזיסט.
עליע איז עלטער געווען פון מיר אף דרײַ יאָר. ער איז געווען בא די פופצן, איך בא די צוועלף. מאטעמאטיק האָט ער געװוּסט שוואכלעך, אָבער געשיכטע, ליטעראטור---אויסגע- צייכנט. פּושקין, לערמאָנטאָו, טורגעניעוו, און יולי צעזאר, אנטאָני און קלעאָפּאטרע, יויסעף פלאוויוס --- מיט זיי איז ער געווען אויסגעבונדן. אין א יאָר צוויי ארום האָב איך זיך אין אים פארליבט און ער אין מיר. איינמאָל האָבן מיידלעך פון פארמעגלעכע עלטערן אים אײַנגע- לאדן אף א באל-ימאסקאראד, און ער האָט מיך גענומען מיט זיך. דערנאָך, נאָכן באל, איז מען אװעקגעפאָרן אף א דאטשע, װאָס איז געשטאנען פּוסט און האָט געהערט צו איינער פון זײַנע באקאנטע מיידלעך. װער איז דאן געװען גליקלעכער פון אונדז? ער האָט מיך צוגעדריקט צו זיך, און דער בלויער הימל, און די לעװאָנע האָבן ריין און ליכטיק געשײַנט צו אונדז. מיר זײַנען דורכגעגאנגען פארבײַ א בארנבוים און גענומען רײַסן די בארלעך, זי זײַנען געווען זייער הארטע; אזעלכע בארלעך האָט מען בא אונדז געהאלטן לאנג אפן בויי דעם, זיי זאָלן ווייכער װערן. אָבער מיר האָבן זיי געכראָמטשקעט מיט אזא וווילן אפּעטיט! מיר זײַנען אוועק דורך די גערטנער צום טײַך און גאָר פארגעסן, אז ס'איז שוין זייער שפּעט. איך בין געווען אין גאניידן, קיינמאָל מער האָב איך ניט איבערגעלעבט אזא געפיל. אין מעשעך פון מײַן לאנגן לעבן איז יענער אָװנט פארבליבן דער ליכטיקסטער...
בא מינען האָבן די באקן פארגאָסן זיך מיט א רױטקײַט, די אויגן, פײכט-געװאָרענע, האָבן געגלאנצט. זי האָט טיף אָפּגעעטעמט, א לענגערע װײַלע געשוויגן.
-- איך האָב דיך נאָך ניט פארמאטערט?--- האָט זי געפרעגט ליובען. -- אלטע לײַט האָבן ליב צו דערמאָנען זיך. װאָס נאָך האָבן זיי כוץ זיכרוינעס? אלץ, װאָס אָנבאלאנגט דער װלי- טער פארגאנגענהײַט געדענקען זיי אויסגעצייכנט, ערגער איז מיט דעם, װאָס עס האָט א שִלִַכעס צו דער נאָענטער צײַט. װאָס נעענטער --אלץ ערגער דיגט דער זיקאָרן. די נעמען פון די זיידעס און באָבעס פּלאָנטער איך ניט, אָבער די נעמען פון מײַנע אייניקלעך און או- רייניקלעך פארגעס איך אָפּטמאָל. הער זשע װײַטער...
-- אָבער זאָל זי זאָגן, ליובע, צי פאלן זיך צונויף דײַנע זיידעס מיט די באָבעס מיט אירע אורזיידעס און אורבאָבעס... דאָס איז דאָך דער איקער, װאָס מע דארף אױסקלאָרן -- האָט פעליקס זאכלעך באמערקט.
-- אױיסקלאָרן וועלן מיר שפּעטער. אויב דיר איז שוין, פעליקס, דערעסן זיצן און הערן, איז גיי ארײַן אין אנדערן צימער און לייען א ביכל...
-- דערצייל, דערצייל, עס איז אינטערעסאנט..---האָט פעליקס זיך אָפּגערופן און צו- גערוקט זיך נעענטער מיטן בענקל צו ליובען.
-- אינגיכן איז עליע אוועקגעפאָרן פון זשיטאָמיר, -- האָט די באָבע מינע פאָרגעזעצט, -- און מיר האָט דאן געדוכט, אז דער פרילינג פון מײַן לעבן איז שוין אף אײיביק פארשװוּנדן פון מיר. עס האָט זיך אין מיר פארליבט אן אנדער באָכער, אָבער ער איז געווען א מיטװאָך, און איך בין א פרײַטיק -- כ'האָב געווארט, עס זאָל װידער קומען צו מיר מײַן שאבעס, מײַן יאָמטעו... דער באָכער האָט געהייסן, זוסיע. איינמאָל האָט ער געבראכט דרײַ גרויסע בארן דיושעס, אוועקגעלייגט זיי אפן טיש, און צוויי בארן די שענסטע אליין אופגעגעסן. ווען ער איז אוועק, האָט דער טאטע געזאָגט צו מיר;
-- מיט אים זאָלסטו זיך ניט פירן, ער איז א כאזער.
-- איך האָב דאָך אליין אים געבעטן נעמען..---האָב איך זוסיען פארטיידיקט.
-- דו האָסט געמעגט בעטן... אָבער א מענטשן דערקענט מען לוט א קלײניקײַט. מער זאָל איך אים דאָ ניט זען...
ווען עס האָט זיך אָנגעהױבן די ערשטע וועלט-מילכאָמע, בין איך אלט געװוען זיבעצן יאָר. איך בין אוועקגעפאָרן קיין יעקאטערינאָסלאוו צום ברודער--ער האָט דאָרטן געארבעט אין א דרוקערײ. איך גיי ארום שלינג-און-שלאנג, קיינער דארף מיך ניט. ניט איך ארבעט, ניט איך לערן, און איך וויל ביידע זאכן --ארבעטן און לערנען. אין יעקאטערינאָסלאוו איז געווען א גימנאזיע, װוּ מע האָט געלערנט אין נאָכמיטיק-צײַט, האָב איך איינמאַל אָנגענומען זיך מיט מוט און ארײַן צום דירעקטאָר פון אָט דער גימנאזיע. מיט זײַנע ברילן און געדיכט
26
בערדל, לענגלעכע באקן און ווייכער טשופּרינע האָר איז ער א ביסל געווען ענלעך אף טשע- כאָוון. טשעכאָווס פּאָרטרעט האָב איך געזען אין זשורנאל , ניווא" און אים פארגעדענקט.
-- איך ווייס, גאָספּאָדין דירעקטאָר, -- האָב איך זיך געװענדט צו אים,---אז קעדיי אָנ- קומען לערנען, דארף מען באצאָלן. װיל איך בא אײַך נאָר בעטן, אז איר זאָלט מיר דערלויבן זיצן אף די אוראָקן.
אז עס גליקט --גליקט אומעטום. דער דירעקטאָר האָט דערלויבט זיצן אף די אוראָקן, און אינגיכן בין איך אויך אָנגעקומען אֹף ארבעט. דער ברודער האָט מיר געייצעט ארײינגיין אין קאָמיטעט צוהילף די מילכאָמע-פּלײטים און פרעגן, עפשער דארף מען דאָרטן א מאשי- ניסטקע.
-- זאָג נאָר ניט, אז דו קאָנסט ניט, -- האָט ער מיר געװאָרנט. -- אז מע װעט דיך נעמען, וועסטו זיך אויסלערנען. צוערשט װעסטו קלאפּן מיט איין פינגער, דערנאָך מיט וויפל פינגער מע דארף, אָט אזוי וי איך -- די זאץיקאסע ווייס איך בלינדערהייט, די ליטערעס קריכן אליין אין האנט ארלין...
דער קאָמיטעט האָט זיך געפונען אף יעליסאוועטינסקי גאס, אין א דרײַשטאָקיקער גע- בײַדע. איך האָב דערזען אזויפיל נײַע מענטשן --- אדװאָקאטן, דאָקטוירים, ארטיסטן. אײינמאָל נאָך דער ארבעט איז צוגעגאנגען צו מיר א באיאָרטער מענטש מיט אזא ווארעמען, קלוגן, טרויעריקלעכן בליק אין די שווארצע אויגן זײַנע.
-- מע רופט מיך רעב מאָרדכעלע.--האָט ער געזאָגט. -- עפשער וילט איר צוגיין מיט מיר אין איינעם א הויז?
איך האָב ניט געפרעגט -- אין װאָס פאר א הויז? איך בין אוועק מיט אים און ביז איצט שטייט מיר פאר די אויגן דאָס, װאָס איך האָב דאָרטן דערזען. דאָס הויז איז אמאָל געווען א באָד, אָבער ניט קיין פּאָשעטע באָד, מע האָט זי אויסגעבויט לעקאָװעד יעקאטערינעןף א באָד --א פּאלאץ, מיט קאָלאָנעס, מיט סקולפּטורן. דער סופיט, די ווענט באמאַלט מיט מאלאָ- כים אין געשטאלטן פון שיינע נאקעטע פרויען, און אפן פּארקעטנעם דיל -- פון דער טיר ביז די פענצטער זײַנען געשטאנען אויסגעשטעלט געדיכטע רייען אײַזערנע בעטלעך, אף וועלכע עס ליגן און זיצן, באדעקטע מיט שמאטעס, אויסגעדארטע, אויסגעבלייכטע מענטשן
אף צוריקוועגס האָט רעב מאָרדכעלע גערעדט צו מיר;
-- מע דארף טאקע זײַן געבילדעט, מינעלע, אָבער לעבן דארף מען ניט נאָר צוליב זיך, מע דארף האָבן א געזעלשאפטלעכן אינטערעס. ארום איז אזויפיל אָרעמקײַט, פארשטויסנ- קײַט, פארװאָרלאָזטקײַט. דו ארבעטסט, דו לערנסט, דאָס איז גוט. אָבער יעדערער פון אונדז דארף עפּעס טאָן פאר די הײימלאָזע. אף דער פּעטערבורגער גאס, אין א פינצטערן קעלער, א געוועזענעם שפּײַכלער, װווּ מע האָט געהאלטן קארטאָפל, לעבט א מישפּאַכע פון ליטע. גיי ארײַן צו זיי, רייד זיך דורך, פרעג, עפשער װעסטו קאָנען מיט עפּעס-װאָס זיי העלפן. |
איך בין אוועק צו יענעם קעלער, און איך האָב געהאט אן עמעסע פרייד, ווען ס'האָט זיך מיר אײַנגעגעבן קריגן א נייימאשין פאר דער פאמיליע. דערנאָך האָב איך זיך דערשלאָגן אף אן אופנאם צום אופּראװליאיושטשי פון בריאנסקער זאװאָד. ער האָט געקוקט אף מיר, דעם כאָדאטײַ מיט די לאָקנדלעך, װאָס פאלן אפן שטערן, מיט די רויטע ליפּעלעך און ראַ- זעווע בעקלעך, און ס'איז אים, װײַזט אויס, געװאָרן פריילעך.
-- אונדזער זאװאָד איזן איצט א געוער-זאװאָד, --האָט ער געזאָגט, --און קיין ייַדן נעמען מיר ניט אף ארבעט. אָבער צוליב אזא שֵיין מיידל װעל איך מאכן אן אויסנאם. זאָלן זיי קומען, די דרײי ייַנגלעך...
די מאמע זייערע האָט ניט געװוּסט, װיַאזוי אָפּצודאנקען מיר.
-- מײַנער א ברודער לעבט אין אפריקע, אין אלזשיר, װעל איך אים אָנשרײַבן, ער זאָל מיר צושיקן פאר אײַער היטעלע א שטרויס-פעדער..--האָט זי געזאָגט צו מיר.
געלעבט האָב איך אין א צימער צוזאמען מיט מײַנער א כאווערטע, אויך א מאשיניסטקע, א בעזשענקע פון קאָוונע. אין סטאָלאָװע פלעגן מיר נעמען איין טעלער זופּ מיט צוויי לעפל. דאָס שטיקל פלייש אין טעלער פלעגן מיר אויך צעטיילן אף דער העלפט. מיר האָבן פארדינט, אָבער מיר האָבן געהאט וועמען צו העלפן. איינמאָל דרוק איך אף דער מאשינקע א בריו קיין פּעטערבורג, דאָרטן איז געווען דער הויפּט-קאָמיטעט פאר די מילכאַמע-פּלײטים. אדרע- סירט איז געווען דער בריוו צו איינעם אן אדװאָקאט לעוו יאָסיפאָװיטש זעגלמאן. איך האָב געדרוקט און ניט געװוּסט, אז אָט דער זעגלמאן װועט דערנאָך זײַן מײַן לעבנסיבאגלייטער אין מעשעך פון אכט און פופציק יאָר, א װײַסער זעגל אינעם בלויען יאם...
27
מינע האָט אראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ מיט די גראָװוע האָר נידעריק צום טיש און פּאװאָליע געפירט מיט ביידע הענט איבער דער טיש-אויבערפלאך, אזוי װוי דאָס װאָלט איר געהאָלפן דערציילן.
-- אינגיכן האָט ער זיך באוויזן אין יעקאטערינאָסלאו, דער פּעטערבורגער אדװאָקאט. א יונגערמאן, אין א סורטוק, אין פּענסנע, א שיינער קאָפּ געלאָקנטע האָר, א הויכער שטערן מיט צוויי טיפע אויסשניטן. דער קאָמיטעט האָט אײַנגעאָרדנט אן אָװנט צוהילף די פארװוּני דעטע פון פראָנט. איך בין אין פאָיע געשטאנען בא א טישל און געהאנדלט מיט ביכער. ווען דער יונגערמאן אין די פּענסנע איז צוגעגאנגען צו מיר, האָב איך אים אויסגעשטרעקט א ביכל, װאָס איז געלעגן בא מיר פון סאמע פאָרנט. א פריש ביכל, אָקאָרשט ארויס פון דרוק.
-- איך האָף, אז איר װעט זיך ניט אָפּזאָגן צו קויפן דאָס דאָזיקע ביכל, -- האָב איך זיך געווענדט צו אים.
-- שטעלט זיך פאָר, אז איך וויל זיך יאָ אָפּזאָגן, -- האָט ער געענטפערט און מיט אינ- טערעס א קוק געטאָן אף מיר,
זײַן אָפּזאָגן זיך צו קויפן האָט אף מיר געמאכט ניט קיין גוטן אײַנדרוק. און איך האָב שוין מער אים ניט געװאָלט זען.
אויסגעלאָזט האָט זיך, אז דאָס איז ער אליין דער אװוטאָר פונעם ביכל, װאָס איך האָב אים פאָרגעלייגט קויפן,
אף אן אנדערן אָװנט איז געװען א לאָטערײ. דער זעלבער יונגערמאן האָט אויסגע- שפּילט בא מיר א פּליושענעם בער, אָפּגעגעבן מיר אים צוריק, ער זאָל װידער ארײַן אין טיראזש. לעוו יאָסיפאָװיטש איז געשטאנען לעבן מיר און געהאָלפן לייזן. דערנאָך זײַנען מיר צוזאמען ארויסגעגאנגען אין דרויסן. אין דער האנט האָב איך געהאלטן א בינטל וער- בע-צװײַגעלעך מיט נאָך גאָר קליינע, הארטע שישקעלעך אף זיי.
-- צום ווערבע-זונטיק איז נאָך װײַט --האָט ער געזאָגט --װי זשע קומען זיי צון אײַך, די ווערבעלעך, איצט, אין טיפן הארבסט?
דעם ענטפער האָב איך געזוכט א לענגערע װײַלע. איך האָב געװאָלט, אז ער זאָל זײַן װאָס קליגער און שענער,
-- אין נאָיאבער כוידעש נעמט אויך אמאָל בליִען, --האָב איך טיפזיניק זיך אָפּגערופן.
עס איז אריבער א פּאָר טעג. זעגלמאן איז פּלוצעם געקומען צו מיר אף דער ארבעט אין מיטיק-צײַט און פאָרגעלייגט גיין מיט אים עסן ווארמעס. ניט װײַט איז געווען א וועגע- טארלאנישע גאָרקיך, װאָס האָט געהייסן , איך עס קיינעם ניט". דער באלעבאָס פון סטאָלאָװע איז געווען א וועגעטאריאנעץ. מיר זײַנען ביידע געבליבן הונגעריק נאָכן ליידיקן פּערלגר- פּענעם זופּ און די צוויי מערןיקאָטלעטלעך, און מײַן פּעטערבורגער קאוואלער האָט מיך אוועק- געפירט אין א רעסטאָראן. צום ערשטן מאָל בין איך אריבערגעטראָטן די שװעל אין אזא לוקסוס-אָרט, און אינאָװונט זײַנען מיר אוועק אין אָפּערעיטעאטער אף , שימשן און דאלילע?. איך האָב זיך אױיסגעפּוצט אינעם שענסטן, װאָס איך האָב פארמאָגט, --א גרין סאמעט-קליידל, אף דער ברוסט--א קינסטלעכע כריזאנטעמע. זי איז געווען צארטיגעלבלעך. די האָר האָבן געקרויזט זיך אפן קאָפּ. ווען מיר האָבן ביידע אין אנטראקט שפּאצירט איבער דער פאָיע, האָט איינע א מיידל גאנץ הויך געזאָגט צו איר כאווערטע, אָנװײַזנדיק אף אונדז:
-- ער איז עלטער פון איר געוויס אף פופצן יאָר.
נאָכן טעאטער האָט ער מיך אף א דראָזשקע צוגעפירט צו מײַן הויז. אפן גאנעק זײַנען מיר א צײַט געשטאנען. ער האָט מיך געקושט און צום סאָף, בייסן געזעגענען זיך, א זאָג געטאָן אזוי, וי דאָס װאָלט שוין געווען אן אָפּגערעדטע זאך.
-- וועסט זײַן מײַן װײַב.
ער האָט ניט געפרעגט, צי איך האָב אים ליב, און װוען ער װאָלט געפרעגט, װאָלט איך ניט געװוּסט, װאָס צו ענטפערן. געפעלן איז ער מיר געווען, אָבער צי הייסט דאָס ליבע? איך האָב אין יענער צײַט ניט געטרוימט וועגן כאסענע-האָבן. געקלערט האָב איך וועגן אן אנדער זאך. מיר, מיידלעך, צעלאָזן אונדזערע האָר אף די קעפּ, טוען זיך אָן, אזוי וי יאפּאָנקעס, אין טוניקעס, און שטעלן זיך פאָרויס פון די סאָלדאטן, יענע זאָלן גיין מיט די ביקסן הינטער אונדז. מיט מײַן נארישן סייכל האָב איך געמיינט, אז דאן װעט נעמען א סאָף צו דער מיל- כאָמע, די זעלנער פונעם סוינעס לאגער ועלן אין אונדז ניט שיסן זיי װעלן ווארפן דאָס געווער. אין דער ערשטער קאָלאָנע װעלן גיין די שענסטע מיידלעך פון לאנד, און אזוי װי פון קינדװײַז אוף האָב איך געהערט, אז איך בין זייער א שיינע, װעט מען מיך אײַנשליסן אין אָט די ערשטע קאָלאָנעס. די לעפּישע פאנטאזיע האָט מיך ניט געלאָזט צורו.
28
-- ס'איז איצט אזא אומגליק אף דער וועלט, ס'גייט א מילכאָמע, -- האַב איך זיך אָנגע- רופן צו אים.
-- יאָ, -- האָט ער געענטפערט -- אָבער דאָס לעבן גייט אויך.
איך האָב אים געזאָגט מײַן , פּלאן", ויאזוי א סאָף מאכן צו דער מילכאָמע.
ער האָט מיך א קוש געטאָן.
-- איצט קוש איך דיך פאר דײַן גוט הארץ,--- האָט ער געזאָגט, -- דו װעסט זײַן מײַן פרוי. קיין בעסערס זוך איך ניט און איך דארף ניט, נאיָוו מיידעלע מײַנס.
װוע! ער איז אראָפּגעגאנגען פון די טרעפּלעך פונעם גאנעק, האָט מיך פארװוּנדערט, ויאזוי ער שפּאנט ניט זיכער. ער האָט זיך אפילע א וואקל געטאָן און שיר ניט אומגעפאלן. איך בין אונטערגעלאָפן.
-- דו ביסט נאָך ניט אװעק? -- האָט ער זיך דערפרייט. -- ביסט געשטאנען און מיר נאָכ- געקוקט, מײַן טײַערע... -- צום ערשטן מאָל, זינט מיר האָבן זיך באקאנט, האָב איך געהערט אין זײַן קאָל אזא מין באזונדערע טמימעסדיקע אומיטלבארקײַט. --- בא מיר איז ניט קיין ווא" זשנע ריַע, --האָט ער געזאָגט, און ער האָט וידער זיך אוועקגעשטעלט מיט מיר און דער- ציילט:
-- ווען איך בין געווען א קליין קינד, איז איינמאָל צוגעגאנגען צו מיר דער שטעטלשער מעשוגענער און געפרעגט, צי איך וויל א טרונק. , איך װויל א טרונק", --האָב איך געענט- פערט. , איז קריך ארײַן אין עמער". איך בין ארײַנגעקראָכן אין עמער, װאָס איז געשטאנען באם ברונעם, און ער האָט גענומען דרייען די שטריק. ס'איז אלץ געװאָרן פינצטערער, איך
האָב געשריען, געוויינט אזוי לאנג, ביז דער מעשוגענער האָט זיך דערבארעמט און מיך ארויסגעצויגן צוריק.
-- האָסט זיך אָנגעטרונקען?--האָט ער וילד געהירזשעט. עס איז געװען א העלער זוניקער טאָג, די זוןדשטראלן האָבן א פלייץ געטאָן אין עמער און אין מײַנע אויגן נאָך דער פינצטערניש און דער איבערגעלעבטער שרעק. פון דעמלט אָן האָב איך אָנגעהױבן ערגער צו זען. א כאָסן דארף עפשער ניט אלץ גלײַך אויסדערציילן, נאָר איך וויל, אז דוֹ זאָלסט דאָס וויסן... אָפּטמאָל כאפּט מיך ארום א שרעקלעך פאָרגעפיל, אז כ'וועל זיך נייטיקן אין א וועג-באגלייטער אין בוכשטעבלעכן זין פון װאָרט.
איך בין מיט אים אוועק איבער דער גאס, צום אָרט, װוּ עס שטייען די איזװאָזטשיקעס. ער איז אוועקגעפאָרן, און איך האָב זיך אומגעקערט א צעטומלטע. ער איז געווען פאר מיר א מענטש, װאָס האָט באשלאָסן אראָפּנידעריקן און באגליקן אן אָרעם מיידל. אזוי האָב איך געטראכט, ווען מיר זײַנען געשטאנען אפן גאנעק. איצט האָט אין הארצן א באוועג זיך גע- טאָן א ראכמאָנעס-געפיל. ער נייטיקט זיך אין מיר. ער פילט, אז איך האָב א פעסטע האנט און װעל אים באהילפיק זײַן, װאָס עס זאָל ניט טרעפן אין לעבן..
דער טאטע מײַנער האָט מיך אָפּגערעדט פונעם שידעך.
-- דו ביסט א זשיטאָמירער פּלאָטיצע, ער איז א פּעטערבורגער העכט, אן אדװאָקאט, א רעדנער, ער שרײַבט ביכער. ער איז ניט דײַן גלײַכן.
דאָס זעלבע האָבן גערעדט אנדערע מענטשן, אָבער איך האָב קיינעם ניט געהערט. מיר האָבן כאסענע געהאט, אריבערגעפאָרן קיין קיעוו, עס איז שוין פאָרגעקומען די רעװאָליו- ציע, לייבל האָט געארבעט אין קיַעווער סאָװועט פון דער פאָלקסווירטשאפט, געווען אן אָנגע- זעענער טוער. אָבער ווען אין ליטע איז אויך געװאָרן סאָוועטנמאכט, האָט אים א צי געטאָן אהין, צו זײַן היים, פונוואנען ער שטאמט. איך בין געװאָרן א מאמע, אף מײַנע הענט האָב איך געהאט דעם בכאָר אונדזערן, מאָטעלען.. האָסט אים הײַנט געזען, מארק לװאָװויטשן.. ער איז ענלעך אף זײַן טאטן. א ברייטער שטערן, לענגלעכע איידעלע באקן, נאָר ברילן טראָגט ער, צום גליק, ניט קיין שווארצע...
זי האָט באנײַס אפגיך גענומען פירן מיט די פינגער איבערן טיש לעבן זיך, די אױגן האָט זי אופגעהויבן צו אירע צוהערערס אין א היפּשער װײַלע ארום.
-- ער איז אװעקגעפאָרן, קעדיי דערנאָך מיך מיטן קינד נעמען צו זיך, אָבער דערװײַל האָט די מאכט סײ דאָ און סײַ דאָרטן געביטן זיך. קיעוו האָבן פארנומען די פּעטליוראָווצעס, ווילנע -- די לעגלאָנערן. שולגין, דער רעדאקטאָר פון דער שווארצער פּאָגראָס-צײַטונג , קלעװו- ליאנין?, האָט דאן געשריבן, אז דורך די נעכט שרײַען די זשידעס און לאָזן ניט שלאָפן דער באפעלקערונג...
בין איך געגאנגען אף דער טאָלקוטשקע פארקויפן לייבלס א העמדל, נאָר וען דער קוינע האָט עס גענומען צומעסטן אף זיך, האָב איך ניט אויסגעהאלטן, אװעקגעכאפּט דאָס
ֹ
9
העמדל בא אים פון די הענט. ,איך פארקויף ניט!"-- האָב איך אויסגעשריִען און בין אנטלאָפן פונעם מארק,
אן איזװאָזטשיק האָט געמאסערט, אז איך בין די פרוי פון א גרויסן באָלשעװיק, און מע האָט מיך פארנומען אף פונדוקלייעווסקע, אין זשאנדארמעריע, צעשיידט מיטן קינד. מע װאָלט מיך אויך צעשיידט מיטן לעבן, נאָר עס איז ווידער געקומען די סאָוועטנמאכט. פון לייב- לען האָב איך געקראָגן זייער א טרויעריקן בריוו. דער בריוו איז געגאנגען צען כאדאָשים, דורך איטאליע. ער האָט געשריבן, אז ס'איז אים אויסגעקומען פיל איבערלעבן, זיצן אין דער פינצטער, און ווען ער איז ארויס אף דער ליכטיקער שײַן, האָט אים אזוי וי אמאָל, אין דער קינדהליט, ווען ער איז ארויס פונעם ברונעם, פארבלענדט די נאטירלעכע באטאָגיקע ליכט, אָבער איצט --ניט אף א װײַלע, ער האָט פארלאָרן די רֹיַע.. ער ארבעט, האָט ער געשריבן, ער טרעט ארויס, ער שרײַבט, און אז זײַן איינציקער טרוים איז -- איך זאָל װאָס גיכער קומען צו אים מיטן קינד.
איך האָב זיך גענומען קלײַבן אין וועג ארײַן. די מאמע האָט צו מיר געזאָגט:
-- בא דיר איז, טאָכטער מײַנע, א גאָלדענער בעכער פול מיט טרערן. איך האָב דיך געטראָגן אונטער מײַן הארצן, איך האָב דיך אופגעהאָדעװעט, איצט ביסטו אליין א מאמע. האָסט א מאן און האָסט א קינד. ויאזוי קאָן איך דיר אָפּרײידן, אז דו זאָלסט ניט פאָרן? נאָר װוי שטעלסטו זיך דאָס פאָר? ס'איז אזא שווערע צײַט, און לייבל איז אין אזא שווערער לאגע. וויאזוי זאָל איך אף דײַנע פּלײיצעס נאָך איבערלאָזן אזא שווערן קלומעק -- א פּיצל קינד? לאָז איבער דערװײַל מאָטעלען בא מיר, און ווען ס'וועט קומען די פּאסיקע צײַט, ס'וועט גרינגער ווערן, װעל איך אים מיט עמעצן איבערשיקן צו אײַך...
איך בין אוועקגעפאָרן אָנעם קינד. אין דער ערשטער מינוט, ווען כ'האָב נאָך דער לאנ- גער צעשיידונג, װוידער דערזען לייבלען, האָט מיר געדוכט, אז ער זעט מיך, די אויגן פינקלען לעבעדיקע אונטער די ברילן"גלעזלעך.
-- מינעלע, פארװאָס וויינסטו? -- האָט ער געפרעגט.
--- איך וויין ניט..,
געלעבט האָט ער אין א צימער בא אונדזערע מעכוטאָנים, אף דער טיר איז געװען א שילדל: 1 0זסװװז6װ086ת סיסגנאנאסעקח אאווזגוסואס1ז.
דעם 18יטן מארט, אינעם טאָג פון דער פּאריזשער קאָמונע, האָב איך באגלייט לייבלען אף אן אָװנט. ער איז ארױיסגעטראָטן און אזוי וי פארגעסן, אז אין ליטע איז ניט סאָװעטנ- מאכט. און עפשער דערפאר, װײַל ער האָט דאָס טאקע גוט געדענקט, האָט ער אזוי גערעדט... אף מאָרגן איז מען געקומען, געמאכט אן אונטערזוכונג און אים צוגענומען. איך בין אוועק מיט אים, מע האָט מיך ניט געלאָזן גיין, נאָר איך האָב געשריען, אז איך מוז זײַן לעבן אים, ער זעט דאָך ניט.
-- בא אונדז װעט ער אלץ דערזען, -- האָט מען מיר געענטפערט און מיך אזוי א שטויס געטאָן, אז איך בין אומגעפאלן. כ'האָב זיך אופגעהויבן און אוועק צום פּאוויאק, און געשטאנען דאָרטן, ביז מע האָט מיך ארײַנגעשטופּט אהין.
--- ווילסט טורמע, אדעראבע!
מע האָט מיך פארשפּארט אף אונטן אין א קאמער. איך האָב ניט אופגעהערט צו פאָ- דערן, אז מע זאָל מיך ארײַנלאָזן צו אים. לייבל האָט געמאָלדן א הונגער-ישטרײַק, און מע האָט אים ארײַנגעזעצט אין קארצער. איך האָב פארשטאנען, אז מײַן אופטו, װאָס איך זיץ אין טורמע, איז א קנאפּער, איך על אים מערער העלפן, זײַענדיק אף דער פרײַ. איצט האָב איך שוין געשטרעבט ארויסצוגיין, אָבער װי זאָגט מען עס -- דער ארײַנגאנג אין טפיסע איז א ברייטער, דער ארויסגאנג--א שמאָלער. אף מיר איז אויך געווען פארפירט א גאנצער איניען, און די פּאפּקע מיט די פּראָטאָקאָלן איז אלץ גרעבער געװאָרן. מיר װאָלטן שוין ביידע מיסטאמע ניט ארויס פון פּאוויאק לעבעדיקערהייט, ווען ניט דער ,מאָפּר".. עס האָט זיך אײַנגעגעבן , אױיסבײַטן* לייבלען, מע האָט אונדז ארוױיסגעלאָזט פון טפיסע און אויך פון לאנד... מיר זײַנען געקומען קיין סאָוועטנפארבאנד, קיין קיעוו, צו מײַן מאמען, צו אונדזער זונעלע מאָטעלען... ער איז שוין געווען אן אונטערגעוואקסן ייַנגל, געלערנט אין שול. מילי כאָמעיצײַט האָבן מיר זיך עוואקװיַרט אהער, קיין רודינסק. מאָטל אין אָנגעקומען ארבעטן אפן זאװאָד, און איך האָב יעדן טאָג געפירט לייבלען צו די סטודענטן אין אינסטיטוט, װוּ ער האָט געהאלטן לעקציעס, אויך צו די ארבעטער אין די צעכן. איך פלעג אים ארופירן
: געהילף פון געשװאָרענעם אדװאָקאט. 30 *2
אין דער אאודיטאָריע אף דער קאטעדרע און דערנאָך, ווען ער האָט פארענדיקט, אָפּגעפירט אהיים. אמאָל פלעגט מען צו מיר זאָגן;
-- מינע, אײַך דארף זײַן מיסטאמע שווער.
-- ניין, -- האָב איך געענטפערט. --וויאזוי קאָן זיין שווער מיט אזא מענטשן?
ווען איך בין געגאנגען מיט אים שפּאצירן, האָט ער מיך קעסיידער פארװוונדערט מיט דעם, וויַאזוי ער מאָלט זיך אויס אין דימיען דעם פארנאכט, דעם זון-אונטערגאנג, דעם רעגנ- בויגן, דאָס בלימל, װאָס איך האלט אין דער האנט, און ס'פלעגט זיך שטענדיק באקומען, אז ער זעט עס שענער, וי איך. ווען ער איז געלעגן אין שפּיטאָל, האָט ער דעקלאמירט א ליד מיט אזעלכע שורעס:
ביז ס'קלאפּט דאָס הארץ, ניט גיב זיך אונטער, טראכט וועגן אלץ,
וי א געזונטער,
א שאָ צו נאכט
איז נאָך ניט נאכט.
אין איינעם א נאָכמיטיק בין איך אין דער פּאלאטע געזעסן לעבן אים אֹף זײַן בעט. ער האָט געהאלטן מײַן האנט אין זײַנער, דערנאָך איז די האנט אזוי װי פון א שטילן שטויס ארויסגעפאלן פון מײַנער. איך האָב א קוק געטאָן אף אים. די אויגן האָבן אזוי װי שטענדיק געבלויט, ס'האָט געדארפט דורכגיין א לאנגע מינוט, ביז ס'איז צו מיר דערגאנגען דאָס, װאָס עס איז געשען..
מינע איז אנשוויגן געװאָרן, דערנאָך האָט זי זיך געװענדט צו ליובען:
-- האַסט געװאַלט וויסן, קינד מײַנס, צי דו ביסט מײַנע א קרויווע. איך האַב געזען, װי אופמערקזאם דו האָסט מיך געהערט, איצט זע איך טרערן בא דיר אף די אויגן. ביסטו מיר א קרויווע. אוואדע א קרויווע... און קום װאָס אָפטער צו מיר. איצט, קינדער, גייט זיך דורך א ביסל אין דרויסן, -- האַט זי געזאָגט שוין צו ביידן, צו פעליקסן און ליובען. -- איך וויל זיך א ביסל אָפּרוען..
10
ליובע האָט געהאט דערפאָלג בא די רודינסקער זעגלמאנס. זי האָט אויסגענומען בא די עלטערע זעגלמאנס, נויסע-כיין געווען בא די מיטליאָריקע זעגלמאנס און באליבט געװאָרן בא די יונגע זעגלמאנס. דעם עלטערן דאָר איז זי געווען געפעלן מיט איר אינטערעס צו זייער אָפּשטאם, מיט איר פארלאנג צו וויסן אלץ וועגן זיידעס און אורזיידעס, מיטן ווילן אופזוכן קרויווים, זאָל זײַן אפֿילע װײַטע. עס איז זיי געווען צום הארצן, װאָס זי זיצט שאָענװײַז און הערט אופמערקזאם, װאָס זי דערציילן, פארשרײַבט אפילע צו זיך אין בלאָקנאָט. די מיטליאָ- ריקע האָבן האנאָע געהאט דערפון, װאָס אין איר אָנװעזנהײַט פילן זיי זיך אין איין עלטער מיט איר, זי איז א מענטש, װאָס פארשטייט גוט א צווייטן מענטשן. נו, און װועגן דעם, אז די יונְגע האָבן ארײַנגענומען זי אין זייער קרײַז, איז דאָך ניטאָ וועגן װאָס צו ריידן. א שיין און קלוג מיידל, און א פריילעכע, א מונטערע. אָבער מער, װי בא אלעמען, האָט זי אויסגע- נומען בא פעליקסן. פעליקס האָט סאכאקל מיט דרײַ װאָכן צוריק פארטיידיקט אינעם רודינ- סקער מעטאלורגישן אינסטיטוט א דיסערטאציע אף א קאנדידאט פון טעכנישע וויסנשאפטן, און דער פאָטער זײַנער, מארק לװאָװויטש, און די באָבע זײַנע, מינע, אלע זײַנע גוטעפרײַנט און, געוויינלעך, מער פון אלעמען פעליקס אליין, האָבן גרינג אָפּגעעטעמט. א באָכער איז שוין ארײַן אין פערטן יאָרצענדליק, און ער האָט אלץ קיין צײַט ניט געהאט כאסענע האָבן. און ס'דארף דאָך אזוי טרעפן -- אזוי װי א גוטער מאלעך װאָלט אים גלײַך אראָפּגעשיקט א קאלע-מיידל. ווען ער האָט ליובען דערזען, האָט בא אים א פלאטער געטאָן דאָס הארץ, און ער האָט צו זיך געזאָגט: , דאָס איז זי".
עס איז געווען א שיינער, שטילער זומערדיקער אָװנט, ווען פעליקס צוזאמען מיט לִין- בען זײַנען ארויסגעגאנגען פון קינאָיטעאטער , מאגניט", װוּ זי האָבן געקוקט אן אלטן, אָבער גוטן פילם , די צײַט פון ליבע? פעליקס האָט באגלייט דאָס מיידל אהיים. דער קינאָיטעאטער ,מאגניט" געפינט זיך אין דעם רעכטברעגיקן טייל שטאָט, ליובעס גאָסטיניצע --אפן לינקן ברעג. עס איז א גאנץ װײַטער מעהאלעך און ס'װאָלט געווען א קלוגע זאך אוועקזעצן זיך אין טראמװוײַ אָדער אין אװטאָבוס, אָבער זיי האָבן געלאָזט זיך גיין צופוס איבער דער לאנגער בריק, וועלכע פארייניקט ביידע שטאָט-ברעגן. זיי זײַנען דורכגעגאנגען פארבײַ דער דאמבע
31
און פארנומען אף לינקס, װוּ עס נעמט זיך ציִען אף ניט איין קילאָמעטער א הױיכער פּלױט, װאָס צאמט אָפּ דעם ברייטן שאָסיי-וועג און דעם שמאָלן טראָטואר פון די זאװאָדישע קאָרפּוסן. װאָס נעענטער צום האָטעל, אלץ מער האָט געשטיקט אין האלדז, װײַל דאָס ,רעכ- טע געדיכטע" פון זאװאָד--- די דאָמנעס, די מארטענעס, די וואלץ-געשטעלן, זײַנען דאָרטן, אין יענעם אָרט.
-- דו װועסט זיך איבערקלײַבן צו אונדז. בא אונדז, אפן רעכטן ברעג, איז די לופט א סאך ריינער, -- פעליקס האָט אונטערגעהוסט מיט א מין באזונדערן שטיקנדיקן הוסטל, אונ- טערצושטרײַכן די װיכטיקײַט פון די רייד, װאָס ער רעדט צו ליובען -- מאָרגן װועסטו נעכ- טיקן בא אונדז, מיר װעלן דיר אָפּגעבן א צימער.
-- און דער טאטע מײַנער? האָסט פארגעסן, אז איך האָב דאָ נאָך דעם טאטן.-- האָט ליובע אים דערמאָנט,
-- פארן טאטן װעט אויך קלעקן אָרט. די דירע איז א גרויסע. אויב איר װילט, קאָנט איר הײַנט נאָך אריבערפּעקלען זיך צו אונדז. מיר װעלן עס אָפּטאָן איינס און צוויי. כ'דארף נאָר אָנקלינגען ראדיקן, ער זאָל אונטערפאָרן אף זײַן ,זשיגולי" און פארכאפּן אײַך מיט די טשעמאָדאנעס.
-- מיר זײַנען גרינגע פּאסאזשירן, קיין פּעק האָבן מיר ניט. און.. און װער איז דאָס ראדיק?-- האָט ליובע זיך פארינטערעסירט. -- איך האָב וועגן אים נאָך ניט געהערט.
-- ראדיק איז אונדזערער א גלידשוועסטערקינד.
-- זײַן פאמיליע איז זעגלמאן?
-- נו, יאָ, זעגלמאן.
-- דארף איך זיך דאָך באקאנען מיט אים. װאָס איז ער?
-- איך האָב דאָך געזאָגט---א גלידשוועסטערקינד. -- פעליקסן האָט שוין א ביסל פאר- דראָסן, װאָס ער איז ארײַנגעקראָכן מיט ראדיקן. אָבער ליובע האָט געװאָלט אלץ וויסן גע- נויער.
-- האָסט מיר געענטפערט: ווער איז ער. איצט פרעג איך: װאָס איז ער.
-- זײַן פאך ווילסטו װויסן? ער איז אן אינזשעניער, א מײַסטער אפן זאװאָד.
-- א יונגער?
-- ניט אף קיין סאך ייִנגער פון מיר, -- האָט פעליקס א מאך געטאָן מיט דער האנט.
-- װועסט מיך אומבאדינגט באקאנען מיט אים, --- האָט ליובע איבערגעכאזערט. --אָבער אריבערפירן אונדז צו אײַך אף זײַן מאשין װעט אים ניט אויסקומען. מיר פאָרן דאָך אינגיכן אוועק, אזוי אז עס לוינט שוין ניט.
-- װאָס הייסט, עס לוינט ניט!? עס לוינט, אוואדע לוינט, האָסט דאָך ליב קרויווים, װאָס זשע אנטלויפסטו פון זיי! --- האָט פעליקס מיט היץ דערווידערט.
אין די גרויסע פענצטער פון די זאװאָדיצעכן האָט נאָכאנאנד געבלינצלט. אף דער גאס איז געווען ליכטיקלעך, און ליובעס שמייכל אף די ליפּן האָט פעליקס גוט געזען.
-- כ'וועל דיר זאָגן דעם עמעס, ---האָט ער אויך מיט א שמייכל זיך אָנגערופן. --איך װאָלט ניט געװאָלט, אז דו זאָלסט זײַן מײַנע גאָר א נאָענטע קרויווע...
-- גאָר קיין נאָענטע קרויווים זײַנען מיר, מיסטאמע, ניט, און דו װעסט מעגן אין מיר זיך פארליבן, -- האָט ליובע זיך צעלאכט.
א שטיקל צײַט זײַנען זיי געגאנגען שװײַגנדיק, דערנאָך האָט פעליקס זיך צערעדט.
-- מײַן פעלער איז ביז איצט, װײַזט אויס,. באשטאנען אין דעם, -- האָט ער אָפנהארציק גענומען דערציילן, -- װאָס כ'האָב מײַן לעבן שטרענג פאנאנדערגעגרענעצט אף באזונדערע פּערלאָדן. כ'האָב געהאלטן, אז איין זאך דארף מען ניט מישן מיט דער אנדערער. איצט, הער. איך װעל דיר דערציילן א טשיקאווע מײַסע, װאָס איך האָב פאראיאָרן געהערט, װען כ'בין געווען אין א סאנאטאָרי הינטער מאָסקווע.
-- די מײַסע איז א לאנגע? איך פרעג דאָס, װײַל אָט זײַנען מיר שוין געקומען צום האָטעל, -- האָט ליובע דערקלערט.
פעליקס, אזוי װוי ער װאָלט ניט געהערט, װאָס זי האָט געזאָגט, האָט זיך אוועקגעזעצט אף דער באנק באם ארײַנגאנג אין האָטעל, אויסגעשטרעקט ביידע הענט און א שטארקן צי געטאָן ליובען צו זיך. זי האָט זיך אוועקגעזעצט לעבן אים.
-- הער זשע, ליובע, -- האָט ער אָנגעהויבן זײַן מײַסע. -- אין יענעם סאנאטאָרי, װוּ איך האָב גאנץ װויל פארבראכט זעקס און צוואנציק פולע טעג, דורכגעלאָזט נאָר איין פרישטיק מיט איין וועטשערע, אין יענעם סאנאטאָרי באם ברעג פון מאָסקװעיטײַך, האָט געארבעט ניט גאַר קיין יונג, אָבער א זייער ענערגיש מיידל, איר שטעלע איז געווען מאסאָװיקיקולטאָר-
2--3 32
גאניזאטאָר. נאָכאנאנד האָט זי צוגעטראכט נײַע פּלענער, אז די מענטשן, װאָס רוען אָפּ, זאָל ניט זײַן אומעטיק. עקסקורסיעס, שפּאצירן -- אין די באטאָגיקע שאָען; געזאנג, טענץ, אלער- ליי שפּילערײַען מיט רעטענישן און שפּיצלעך -- אין די אָװנטן. איז דאָס אָבער אלץ געווען װײניק פאר איר. אין איינעם א פרימאָרגן, צווישן די פיל אנדערע מעלדונגען, וועלכע האָבן אָנגעזאָגט וועגן אן עקסקורסיע קיין מאָסקװע, אין דער ,אָרוזשײינע פּאלאטע", וועגן א טורי- סטישן מארש צום פעלד אין באָראָדינאָ, וועגן א פארזאמלונג פון די טעניסיסטן, וועגן א רע- פעטיציע פונעם כאָר-קרײַז פון וועטעראנען, וועגן א קאָנקורס אף דער בעסטער פּאָטאָגרא- פיע פון א פּייזאזש, -- צוישן אָט די אלע בסורע-טויוועס האָט מען אויך געגעבן צו ויסן, אז ס'ווערט געשאפן א ,קלוב פון דערציילער". די, װאָס האָבן צו דערציילן עפּעס אינטערע- סאנטס און ווילן װערן מיטגלידער פונעם קלוב, דארפן דרינגענדיק זיך פארשרײַבן באם קולטאָרגאניזאטאָר סימע קאפּלאן. װועגן דער עפענונג פון קלוב און די ערשטע ארויסטרע- טונגען װעט געמאָלדן ווערן באזונדער,
איך האָב אין קלוב זיך ניט פארשריבן, נאָר דאָס, װאָס מע האָט דאָרטן דערציילט, האָב איך מיט כיישעק געהערט, אייניקע מײַסעס זײַנען טאקע געווען גאנץ אינטערעסאנטע.
אָנגעפירט מיטן קלוב, וי מיט אלע אנדערע פארװײַלונגען, האָט, זעלבסטפארשטענדלעך, סימע קאפּלאן, זי האָט צונויפגענומען דעם אוילעם אין קליינעם זאל, װאָס נעמט אן ערעך ארײַן א פופציק מענטשן... דעם ערשטן אָװנט איז דער זאל געווען ניט פול, אָבער אויך ניט ליידיק, די פאָדערשטע בענק זײַנען געווען פארנומען...
-- דערציילסט אזוי גענוי, -- ליובע האָט א קוק געטאָן אף איר האנטזייגערל, זי האָט שוין געװאָלט ארײַנגיין אין האָטעל, זען דעם טאטן. וועגן פעליקסן האָט זי א טראכט געטאָן, אז כאָטש ער דערציילט לעבעדיק און פריילעך, איז ער פונדעסטוועגן א ביסל א נודניק.
-- אפן צווייטן אָװנט, -- האָט פעליקס װײַטער בעאריכעס פאָרגעזעצט זײַן מײַסע, האָבנ- דיק דורכגעלאָזט פארבלי די אויערן ליובעס באמערקונג, -- אפן צווייטן אָװנט איז געווען א ביסל מער אוילעם, און אפן דריטן, דעם שלוס-אָװונט ---נאָך מער. די פּאָפּולערקײַט פון דעם קלוב איז, װײַזט אויס, געוואקסן, אָדער עפשער זײַנען געקומען א סאך מענטשן פּאָשעט דערפאר, װײַל דער װועטער האָט זיך געביטן צום ערגערן, ס'איז געווען א רעגן און א ווינט און מע האָט ניט געקאָנט שפּאצירן אין דרויסן, איז מען געלאָפן אין קלוב..
-- פעליקס, -- האָט ליובע געבעטן, -- טרעט שוין אמאָל צו צום איקער.
-- יאָ, יאָ, צום איקער, -- איז פעליקס מאסקים געװוען, --אלזאָ, דער ערשטער אָװנט און די ערשטע מײַסע...
-- ווילסט דערציילן אלע מײַסעס, װאָס דו האָסט געהערט אין יענעם קלוב?--- האָט ליובע מיט א געלעכטער אים ווידער איבערגעשלאָגן.
-- כ'װאָלט דאָס עפשער געטאָן, װען דו זאָלסט האָבן א ביסל מער געדולד, -- האָט פע- ליקס געענטפערט. -- כ'וועל דיר נאָר דערציילן די סאמע פריילעכע און עפשער אויך די סאמע טרויעריקע געשיכטע, װאָס איך האָב דאָרטן געהערט. דערציילט האָט זי א מענטש אין די פופציקער, א געלערנטער, א דאָצענט אין אן אינסטיטוט. א קאנדידאט פון וויסנשאפטן. ער איז געווען אָפּגעצערט און בלייך, וי ער װאָלט דרײַ טעג אין מויל ניט געהאט. גערופן האָט מען אים יעווגעני אלעקסאנדראָוויטש. ער האָט אויסגעטרונקען די פולע גלאָז מינעראל-ווא- סער, װאָס איז געשטאנען אָנגעגרײט אפן טישל, א קוק געטאָן, צי זיצט ניט אינעם זאל די מומע ניורע, קעדיי איר זאָגן א דאנק (די מומע ניורע פלעגט אים ברענגען אין פּאלאטע זעקס פלעשלעך מינעראל-וואסער יעדן טאָג), און ער האָט מיט לעקטאָרישער געניטקײַט, רוֹיַק און באדאכט אָנגעהויבן זײַן מײַסע. לוט די קלאָלים פונעם נײַיגעשאפענעם קלוב האָט יעדערער געדארפט צוטראכטן א נאָמען פאר זײַן דערציילונג, און דער דאָצענט, נאָך א װײַלע קלערעניש, האָט זײַן שטיקל ווערק אָנגערופן ,אן אלטער באָכער יל כאסענע האָבן. קעדיי מע זאָל ניט מיינען, אז דאָס מיינט ער זיך, װײַל אין סאנאטאָרי האָט מען געװוּסט, אז ער איז ניט קיין כאסענעיגעהאטער, האָט ער דערציילט אין דער דריטער פּערזאָן, קלוימערשט ניט מיט אים גופע האָט דאָס געטראָפן..
;דאָס, װאָס איך װעל אײַך דערציילן, -- האָטס ער אָנגעהױבן, -- איז ניט קיין אויסגע- טראכטע מײַסע, נאָר א מײַסע א ווירקלעכע. איך קאָן דעם מענטשן זייער גוט, כאָטש באפרלינ- דעט זײַנען מיר קיינמאָל ניט געווען, געקאָנט האָבן מיר זיך נאָך גאָר פון די יונגע יאָרן. געווען איז ער זייער א פייִקער, דער בעסטער שילער פונעם ערשטן קלאס ביזן צענטן, דער בע- סטער סטודענט פונעם ערשטן קורס ביזן פינפטן. און דער שטענדיקער בעסטער דאָצענט אף זײַן פאקולטעט אין אינסטיטוט. לױיטן כאראקטער א גוטער, ער װעט שטענדיק העלפן, טיילן זיך מיט א צווייטן. ווען ער איז געווען יונג, האָבן באָכערים אים ליב געהאט, װי א גוטן כעוו-
38
רעמאן, וועלכער קאָן פריילעך מאכן א קאָמפּאניע, דערציילן א פרישן אנעקדאָט, א שפּילער אין א סאך שפּילן. מיידלעך האָבן אים ליב געהאט ניט פאר שיײנקײַט, א שיינער איז ער ניט געווען, די נאָז---א קנעפּעלע, די אויגן -- שמאָלע שפּעלטעלעך, דער האלדז א ביסל צו א לאנגער. ער האָט אויסגענומען בא זיי, װי בא די באָכערים, מיט זײַנע פײיקײַטן, קלוגשאפט און דערצו נאָך מיט דעם, מיט װאָס מע קאָן אויסנעמען בא פרויען -- מיט זײַן עלעגאנטקײַט און עכטער מאנצבלשער מוטיקײַט. אף א האָר ניט פארטראכטנדיק זיך, מיט גרויסער ריזיקע פארן אייגענעם לעבן, איז ער ניט אײינמאָל ארײַנגעטראָטן איז געראנגל מיט כוליגאנעס, און זײַן קליין נעזל איז אָפט געווען צעבײַלט און די אױיגן-שפּעלטלעך ארומגענומען מיט בלויע רייפן. א הארץ האָט ער געהאט א ברייטס. ער האָט זיך נאָכאנאנד פארליבט. אָפּטמאָל האָט מען געקאַנט זען בא צוויי נאָענטע כאווערטעס זײַנע לאכלוטן פארשיידענע אויסדרוקן אף די פּענע- מער. בא איינער אפן פּאָנעם אן אויסדרוק פון צאר און ווייטעק. בא דער אנדערער ---אן אויס- דרוק פון גליק און פרייד, און די סיבע פון די צוויי פארשיידענע אויסדרוקן איז געווען ער, זשעניע, זשענקעלע, דער איצטיקער יעווגעני אלעקסאנדראָוויטש. מיט יענער האָט ער זיך צע- שיידט, מיט דער זיך צונויפגעקומען.
פון שטוביקע דײַגעס האָט ער ניט געװוּסט. די מוטער זײַנע האָט אים געהאָדעװעט. נאָכ- געקוקט נאָך אים, װי נאָך א קינד. אין מאגאזין איז ער נאָר געגאנגען קויפן א פלעשל װײַן און א טאָרט, א בוקעט בלומען פאר דער געליבטער.
עס קומט אָבער א צײַט אף אלץ. די מאמע האָט זיך געעלטערט, אַפט געלעגן צו בעט. דערנאָך ווען זי איז געשטאָרבן, איז שוין אינגאנצן געװאָרן אומהיימלעך. אין דער דירע אפן טישל אין עסצימער איז ניט געווען אָנגעגרײיט פאר אים א גרינגע און געשמאקע וועטשערע, װאָס װי שפּעט ער זאָל ניט קומען אהיים, זאָל ער עס מעגן אופעסן און סזאָל זיך אים ניט לייגן אונטערן הארצן. עס איז ניט געווען שוין ער ס'זאָל זאָגן מיט א זיפץ: ,ביסט פאר- טריקנט, מײַן קינד, א גאנצן טאָג ניט געהאט אין מויל". אפן קיךיטיש אָדער אפן גרויסן טיש אין צימער איז איצט געלעגן פארװויקלט אין א פּאפּיר א שטיקל הארטער װוּרשט און לעבן דעם איז געשטאנען א פלעשל לימאָנאד צו פארטרינקען. ער האָט דערפילט דעם טאם, װאָס עס הייסט זײַן איינער אליין, און ער האָט ניט אף א קאטאָװועס זיך איבערגעשראָקן, ווען אין איינער א נאכט נאָכדעם, װוי ער האָט אופגעגעסן א שטיק פעטן װוּרשט ,קופּאטי" און פארביסן מיט צוויי הארטע אייער, איז אים געװאָרן ניט גוט, כאָטש נעם און רוף די ,גיכע הילף". ער האָט דאן באשלאָסן, אז ער טאָר מער ניט אָפּלײגן אפילע אף איין טאָג, ער דארף אײַנאָרדענען דאָס לעבן, ער דארף דאָס לעבן פארפונדעווען.
אף מאָרגן, נאָך דער ארבעט, איז ער אוועק צו זײַן געליבטער, קאטיושען. ער איז געווען מיט איר נאָענט באפרײַנדעט שוין צוויי יאָר. אין אָנהײיב פון זייער ליבע האָט זי געפאָדערט, ער זאָל כאסענע האָבן פאר איר, דערנאָך, זעענדיק, אז אירע טײַנעס העלפן ניט, ער לייגט אלץ אָפּ, זוכט אויס פארשיידענע טערוצים, האָט זי אופגעהערט ריידן וועגן דעם. אין הארצן בא איר איז געבליבן א פארדראָס, און ער האָט דאָס געװוּסט. איצט האָט ער זיך פאָרגעשטעלט, וויאזוי ער װועט זי דערפרייען, ווען ער װעט קומען און זאָגן, אז ער װיל כאסענע האָבן מיט איר. קאטיע מיראָנאָווא איז געווען אן אינזשעניער אף א זאװאָד, אלט אכט און צוואנציק יאָר, זייער א סימפּאטישע פרוי. געוווינט האָט זי אלס א קווארטיראנטקע בא באלעבאטים פון א פירצימערדיקער דירע, װוּ זי האָט פארנומען דאָס קלענסטע צימערל. פאר איר װעט זײַן דאָס גרעסטע גליק צו לעבן אין א באזונדערער װוינונג מיט אזא וווילן מאן, װי ער.
דאָס מאָל האָט ער זײַן געליבטע א קוש געטאָן הייס, װי קײינמאָל ניט.
-- איך האָב פאר דיר, מײַן טײַערע, א נײַס, װאָס װעט דיר זייער געפעלן זײַן, -- האָט ער איר אָנגעזאָגט.
-- װאָס פאר א נײַס! א גוטע?
--- קיין שלעכטע נײַס ברענג איך ניט. א גוטע נײַס, זייער א גוטע, -- ער האָט זי נאָכא- מאָל פלאמיק א קוש געטאָן.
-- זאָג זשע גיכער, טײַערער, װאָס פארא נײַס! האָסט גענומען בילעטן און מיר גייען הײַנט אין טעאטער? -- האָט זי געפּרוּװוט טרעפן.
-- דאָס איז דײַן גאנצער באגער --א בילעט אין טעאטער?---האָט ער געלאכט.
-- האָסט דאָך צוגעזאָגט, אז דו װעסט קריגן בילעטן אין ,סאָוורעמעניק....
-- בילעטן װעלן אויך זײַן, ליבע מײַנע. מיר װעלן גיין אין ,סאָוורעמעניק", מיר װעלן גיין אין גרויסן טעאטער, אין קליינעם טעאטער, אין ,מכאט", מיר װעלן מיט דיר גיין אומע- טום, אָבער איצט בין איך געקומען מיט גאָר-גאָר א גוטער גײַס.
4
-- האָסט גענומען פּוטיאָווקעס פאר מיר מיט דיר אין א סאנאטאָרי--האָט זי ווידער געפּרוּווט טרעפן.
-- עס איז דאָך, טײַערע מײַנע, איצט ווינטער. װער נעמט דאָס פּוטיאָווקעס ווינטער-צליט?! אָבער זאָרג ניט, פּוטיאָווקעס װועלן מיר אויך נעמען..
-- אף קאווקאז, -- האָט זי אים אונטערגעזאָגט איר לאנגאָניקן באגער,
-- מיר וועלן מיט דיר פאָרן אף קאווקאז, מיר װעלן פאָרן קיין קרים, מיר װעלן פאָרן מיט דיר קיין פּאלאנגע און צו דער אָזערע איסיק-קול, מיר װעלן פאָרן מיט דיר, געליבטע מײַנע, צו אלע יאמען און צו אלע שיינע אָזערעס, נאָר ניט מיט דעם וויל איך דיך איצט דער- פרייען, מיט פיל בעסערס און וויכטיקערס.
-- האָסט באקומען א גרויסע פּרעמיע און װילסט מיר קויפן א פײַן פּעלצל?--האָט זי באנײַס געװאָלט טרעפן,
ער האָט אויסגעווארט א לענגערע װײַלע, געקוקט איר אין די אויגן, ניט דורכצולאָזן דעם ערשטן מאָמענט, קעדיי צו זען, װאָס פאר אן אײַנדרוק ס'וועלן אף איר מאכן זײַנע ווערטער. ער האָט זי צוגעדריקט צו זיך און ניט ארױיסלאָזנדיק פון זײַנע אָרעמס, אין איין אָטעם ארויס- געבראכט, באצײַטנס שוין פילנדיק די גרויסע, די פריידיקע איבעראשונג, וועלכע װעט זיך אָפּשפּיגלען אף איר אופגעלויכטענעם געזיכט:
-- איך וויל, מיר זאָלן כאסענע האָבן!
אָבער גאָר אומגעריכט האָט זי דאָס אופגענומען אָן באגײַסטערונג, גאנץ קאלטבלוטיק, נאָך מער, אפילע מיט אן אומצופרידנקײַט.
-- אלס א געליבטע בין איך דיר שוין נימעס געװאָרן, דארפסט א געזעצלעך װײַב?-- האָט זי מיט ביטל זיך אָפּגערופן.
-- ווילסט ניט כאסענע האָבן פאר מיר? -- אִיז ער געווען דערשטוינט און טיף באליידיקט.
-- מיט צוויי יאָר צוריק, טײַערער, האָב איך דאָס זייער געװאָלט, דו ווייסט וועגן דעם, -- אין איר קאַל האָט זיך געלאָזט הערן דער אופגעוואכטער פארדראָס, װאָס איז שוין געווען גע- שטילט אָדער, ריכטיקער צו זאָגן, געלעגן פארוקט, פארטײיעט אין הארצן. -- פארװאָס איז דאָס דיר פּלוצעם ארײַן אין קאָפּ! האָסט מיר דאן געזאָגט, אז אונדז איז אזוי אויך גוט. איצט זאָג איך דאָס דיר: אונדז איז אזוי אויך ניט שלעכט..
-- דיר איז ניט שלעכט, אָבער עפשער איז מיר שלעכט? וועגן מיר קלערסטו גאָרניט. און דו... האָסט מיך ניט ליב, -- ער איז געווען בלייך און פארצאָרנט.
-- איך זע, אז דאָס איז דיר טאקע ערנסט ארײַן אין קאָפּ, -- האָט זי געזאָגט. ---אָבער לאָמיר אָפּלײגן דעם געשפּרעך אף שפּעטער. איך בין הונגעריק, דו ווייסט דאָך, אז אינעם טאָג, ווען איך ווארט אף דיר, טרינק איך נאָר אויס אינדערפרי א גלאָז קאווע, איך זאָל מיט מער אפּעטיט עסן מיט דיר צוזאמען דעם מיטיק. לאָמיר זיך זעצן צום טיש. האָסט עפעס גע- בראכט? ---זי האָט געװאָרפן א בליק אף זײַן פּאָרטפעל, װוּ עס ליגט געוויינלעך עפּעס צום צובײַסן, ער קויפט עס אײַן אין גאסטראָנאָם, וועלכער איז לעבן זײַן הויז. אָבער דאָס מאָל, א פארטראָגענער אין די געדאנקען וועגן וויכטיקן באשלוס, מיט וועלכן ער גײַט צו זײַן גע- ליבטער, איז ער אין מאגאזין שוין ניט ארײַנגעלאָפן.
-- כ'האָב פארגעסן צו ברענגען.. -- האָט ער שולדיקלעך א ברומקע געטאָן.
-- און דו ווילסט נאָך װערן א פאמיליען-מענטש. אלס א געליבטע בין איך דיר מויכל אזא צעשטרײיטקײַט, נאָר ווען כ'װאָלט געווען דײַן װײַב, װאָלסטו שוין ארלינגעכאפּט דערפאר דעם עמעסן כיילעק. איצט, זאָג מיר, נארעלע, װאָס איז בעסער צו זײַן א באָכער, צי א בא- װײַבטער?
זי האָבן זיך אוועקגעזעצט צום טיש, זי אף א בענקל, ער אף דער סאָפע, אונטער א גראָדן ווינקל צו איר, אזוי זײַנען זיי שטענדיק געזעסן בייסן מיטיק און ס'איז זיי געווען געמיטלעך. דאָס מאָל איז אים געווען אומבאקוועם אזוי צו זיצן, און ער האָט זיך איבערגעזעצט אויך אף א בענקל, דעם אפּעטיט זײַנעם האָט דאָס אָבער ניט געשטארקט.
-- איך האָב זיך ניט געריכט... -- האָט ער געזאָגט און אוועקגעלייגט דאָס מעסער מיטן גאָפּל אין א זײַט.
-- אף װאָס האָסטו זיך ניט געריכט?
-- אז דו װועסט זיך גאָר ארױיסװײַזן פאר אזא...
-- הער נאָר, מעשוגענער, לאָז מיך רויִק אָפּעסן, און דו עס אויך, פארזוך דעם סאָוס, װאָס כ'האָב הײַנט געמאכט צו די קאָטלעטן. ס'איז לוט א נײַעם רעצעפּט, װאָס כ'האָב אים גענומען דורכן טעלעפאָן בא א שכיינע,
39
-- איך פארשטיי דיך ניט, --האָט ער ניט אופגעהערט טײַנען זײַנס, -- באציסט זיך צו גרינג צו לעבנסיוויכטיקסטע זאכן. דאָס ערשטע מאָל זע איך א פרוי, װאָס זאָל ניט װעלן כאסענע האָבן פאר א מאנצבל, וועמען זי האָט ליב... צי עפשער איז בא דיר געווען די גאנצע צײַט גאָר א קלוימערשטע ליבע?
זי האָט אויך אופגעהערט עסן. איבערגעזעצט זיך פון בענקל אף דער סאָפע און אים א צי געטאָן,. ער זאָל זיך זעצן לעבן איר. עס איז פארשװונדן די לײַכטע איראָנישע שפּילעװדיקײַט אין די רייד אירע. איצט האָט זי גערעדט ערנסט און מיט קענטלעכער איבערלעבונג.
-- דו ווייסט זייער גוט, אז איך בין שוין איינמאָל געווען א כאסענע-געהאטע. אָן טיפער כאראָטע און פארדראָס, אָן א ווידערגעפיל קאָן איך ניט דערמאָנען אונדזער פארהייראט לעבן. אָנגעהובן שוין גופע פון דער מאשין, אין וועלכער איך מיטן כאָסן זײַנען געפאָרן אין זאגס. פאר די אויגן האָט געשװוינדלט די ליאלקע, וועלכע איז געהאנגען באם שאָפער אין קאבינע-- אהין און צוריק, אהין און צוריק, דערנאָך איז געווען א סימכע אין רעסטאָראן , מינסק", עס איז געווען הייס און אָנגערײכערט, נאָך דער וועטשערע האָבן זײַן מאמע מיט מײַן מאמען זאָרג- זאם צוזאמענגענומען אין קוישן די דעליקאטעסן און די ניט דערטרונקענע פלעשער װײַן וועלכע זײַנען איבערגעבליבן נאָך די געסט. זיי האָבן ריכטיק געטאָן, װײַל צוליב װאָס דארף מען אזא רײַכקײַט איבערלאָזן אף די טישן פאר די אָפִיציַאנטן. אָבער מיר איז דאָס ניט געפעלן געװאָרן. ס'איז געווען ניט אָנגענעם. די גאנצע כאסענע און דערנאָך דאָס גאנצע יאָר איז געווען פול מיט אזעלכע פארדריסלעכע קלײנלעכקײַטן, און ניט נאָר קליינלעכקײַטן.
-- האָסט, װײַזט אויס, דײַן מאן אינגאנצן ניט ליב געהאט,--- האָט באמערקט איר גע- ליבטער.
-- איך האָב אים יאָ ליב געהאט, נאָר מיספארשטייענישן, אָפּטמאָל די קלענסטע אומפילבארקײַט איינער צום אנדערן, דאָס ניט פארשטיין איינער דעם צוייטן אפן װוּנק, האָבן אונדזער ליבע צונישט געמאכט... ווילסט, אז דאָס זעלבע זאָל זיך איבערכאזערן, דאָס מאָל שוין מיט דיר?
-- פארװאָס דארף זיך עס איבערכאזערן?:--האָט ער ניט געקאָנט פארשטיין. -- איך בין דאָך 'אן אנדערער, און דוֹ ביסט פון יענער צײַט אויך, מיסטאמע, געװאָרן א ביסל אן אנדערע.
-- דערציילסט דאָס אלץ אזוי גענוי, וי דאָס װאָלט געטראָפן מיט דיר אליין, -- האָט פע- ליקסן איבערגעשלאָגן ליובע מיט א געלעכטער,
-- ניין, מיט מיר האָט דאָס ניט געטראָפן, פּאָשעט די מײַסע האָט זיך פארגעדענקט..
-- איז דערצייל שוין װײַטער, מיט װאָס האָט די געשיכטע זיך פארענדיקט?
-- פארענדיקט האָט זי זיך דאפקע זייער גוט. נאָכדעם, וי זײַן געליבטע האָט זיך אָפּגע- זאָגט כאסענע האָבן פאר אים, איז ער אוועק צו דער געליבטער, װאָס איז געווען פאר דער איצטיקער געליבטער, יענע האָט שוֹין אָבער באוויזן לאנג כאסענע האַבן פאר א צווייטן. איז ער אוועק שׁוֹ דער דריטער, װאָס איז געווען נאָך פריַער. ער איז דאָך געװען א לעביונג, פרויען געהאט ניט װינציק, איז ער איצט געגאנגען פון איינער צו דער צווייטער. אמאָל האָבן זיי אים אלע אזוי ליב געהאט, און אזוי שווער איז זיי געווען זיך צו שיידן מיט אים. אָבער איצט, וי צונויפגערעדט זיך, האָט קיין איינע ניט געװאָלט זיך פארבינדן מיט אים אף אייבי- קע יאָרן.
-- אזוי האָט ער טאקע קיינעם, נעבעך, ניט געפונען, װאָס זאָל װעלן כאסענע האָבן מיט אים? -- האָט מיט א פריילעכער איראָניע געפרעגט ליובע.
-- געהאָלפן האָט אים די מאסאָוויטשקע אונדזערע, סימע קאפּלאן. נאָך יענעם אָװנט פון דערציילונגען האָט זי פון יעווגעני אלעקסאנדראָװיטשן ניט אראָפּגעלאָזט דאָס אויג. דעם עמעס געזאָגט, האָבן נאָך פרויען פון סאנאטאָרי ראכמאָנעס געהאט אף אים, אָבער סימע האָט ראכמאָנעס געהאט מער פון אלע אנדערע. װער האָט דאָס געזאָגט, אז ליבע און ראכמאָנעס זײַנען צוויי פארשיידענע זאכן! עמעסער ראכמאָנעס איז אויך עמעסע ליבע. זי האָט זיך פאר- ליבט אין אים, און ער -- אין איר. ווען עס האָט זיך פארענדיקט דער טערמין פון זײַן פּוטיאָװו- קע, איז סימע אװעקגעפאָרן מיטן דאָצענט. דער סאנאטאָרי האָט פארלאָרן אן אויסגעצייכנטע טוערן, אָבער דער אלטער באָכער האָט געפונען אן אויסגעצייכנטע פרוי. איינער, מיט וועלכן איך האָב געוווינט צוזאמען אין דער פּאלאטע און זיך באפרײַנדעט מיט אים, האָט מיר דערנאָך אין א בריוו אָנגעשריבן, אז, װי ער האָט געהערט, לעבן זיי ביידע, דער דאָצענט מיט דער מאסאָוויטשקע, וי איין גוף מיט איין נעשאָמע.
26
-- זייער גוט, איך האָב ליב, ווען עס ענדיקט זיך גוט, -- האָט ליובע זיך אָפּגערופן, אופ- הייבנדיק זיך פון דער באנק. -- דו דערציילסט אזוי װי אן ארטיסט, װאָלסט געקאָנט ארויס- טרעטן אף דער סצענע.
-- װוילסטו הערן נאָך א געשיכטע?--- האָט פעליקס געפרעגט א דערמוטיקטער פון איר קאָמפּלימענט.
-- אן אנדערס מאָל, זאָל אף הײַנט שוין זײַן גענוג. אלע רודינסקער זעגלמאנס זײַנען אזעלכע מײַסטערס צו דערציילן?
-- אלע, האָסט דאָך געהערט מײַן באָבען. -- האָט ער געענטפערט. -- אוב דו װעסט קו" מען מאָרגן צו איר ווידעראמאָל, װעט זי דיר פון אינדערפרי דערציילן ביזן אָװנט, און פון אָװונט װעל איך דיר נעמען דערציילן כאָטשבי ביזן פרימאָרגן.
זי האָט זיך צעלאכט, און ער איז אזוי צופרידן געווען פון דעם, װאָס זי לאכט, אז ער האָט זיך ניט אײַנגעהאלטן און זיך שטארק צוגעטוליעט מיט דער באק זײַנער צו איר באק און זי הייס א קוש געטאָן.
-- א הארטע באק בא דיר, -- האָט זי װידער געלאכט, --עס האָט מיר אזש גענומען יי טאָן דער צאָן.
-- וויַאזוי קאָן דאָס פון א קוש נעמען וי טאָן א צאָן?
-- אז מע קושט אזוי, -- ליובע האָט זיך געהאלטן פאר דער באק. דער עמעס איז געווען, אז א צאָן האָט איר טאקע וויי געטאָן. פּונקט פארן אװעקפאָרן מיטן טאטן אהער, קיין רוי דינסק, איז בא איר ארויסגעפאלן א פּלאָמבע און זי האָט ניט באוויזן ארײַנשטעלן א נײַע.
-- איך װעל מוזן מאָרגן ארלינגיין אין פּאָליקליניק צו א ציין-דאָקטער, -- האָט זי געזאָגט.
-- אין פּאָליקליניק װעסטו ניט דארפן גיין. האָסט אין רודינסק א פעטער, א ציין-דאָק- טער, מיט א פּריוואטן קאבינעט.
-- זײַן פאמיליע איז אויך זעגלמאן?
-- יאָ, זעגלמאן, די גאנצע שטאָט שפּיגלט זיך אין דער טאבליטשקע אף דער טיר פון זײַן הויז. ציין-דאָקטער ט. א. זעגלמאן, טויווי אבראמאָוויטש זעגלמאן.
-- אָבער פארװאָס מיינסטו, אז ער איז מיר א פעטער!
-- מיר אין ער א פעטער,--האָט פעליקס געענטפערט,-- פון דעם איז געדרונגען אז דיר איז ער אויך... נו, אויב ניט קיין פעטער, איז ער א קאָרעװ, װאָס הייסט אנדערש. ביכלאל איז ער זייער א בארימטער מענטש, און ניט נאָר בא אונדז אין רודינסק.
-- אזא גוטער ציין-דאָקטער איז ער?
-- א ציין-דאָקטער איז ער אן אויסגעצייכנטער. זײַנע פּראָטעזן, בריקן, פּלאָמבעס לעבן איבער זייערע באלעבאטים. אָבער נאָך מער איז ער בארימט מיט עפּעס אנדערס.
-- מיט װאָס זשע איז ער נאָך בארימט?
אָנשטאָט צו ענטפערן אף ליובעס פראגע האָט פעליקס געפרעגט:
-- ביכער דארפסטו?
-- אוואדע דארף איך. װער דארף דאָס ניט קיין ביכער!
-- כ'מיין ניט קיין קינסטלערישע ליטעראטור, -- האָט ער דערקלערט, --כ'מיין טעכנישע, אף זי איז ניט קיין גרויסער דעפיציט. נאָר גראָד דעם בוך, װאָס מע דארף, איז אָפּטמאָל שווער צו געפינען.
-- יאָ, -- האָט ליובע זיך אָנגעכאפּט. -- איך דארף א בוך וועגן דער טעכנאָלאָגיע פון ביסקוויטן,. מאקאראָנעס און פון פארשיידענע אנדערע מעל-פאבריקאטן.
-- קאָנסט באקן?
-- איך לערן זיך באקן. פינף יאָר האָב איך געלערנט אין שפּײַזיאינסטיטוט, איצט ארבעט איך אין א שפּײַזילאבאָראטאָריע.
-- און האָסט אלץ נאָך זיך ניט אויסגעלערנט! די באָבע מינע האָט קיין איין טאָג אף דעם זיך ניט געלערנט און זי באקט אויסגעצייכנט. דאָס הייסט, פריֶער האָט זי געבאקן, איצט האָט זי שוין קיין קויעך ניט.
-- עס איז דאָך ניט קיין פארגלײיך, -- האָט ליובע געענטפערט מיט דער פולער ערנסט- קײַט, אן אָנגערירטע אין אייגענעם קאָװעד און אין פּרעסטיזש פון איר פּראָפּעסיע. --- איין זאך איז א דוכאָווקע, װוּ עס באקן זיך דרײַ פּלעצלעך, און אן אנדער זאך איז א זאװאָדישע בע" קערלי מיט מעכטיקע אויוונס, װוּ מע איז באשעפטיקט מיט הונדערטער טאָן מעל, מע גרייט געבעקס פאר א גאנצער שטאָט, די טעכנאָלאָגיע דארף דאָ זײַן זייער א פּינקטלעכע, אן אויס- גערעכנטע.
37
-- דאָס איז עמעס, -- איז פעליקס מאסקים געווען. -- עס װײַזט זיך אונדז אויס גרינג דאָס, וועגן װאָס מיר האָבן אן אויבערפלעכלעכע פאָרשטעלונג. דער פעטער טויווי װועט דיר קריגן אלע ביכער, װאָס דו דארפסט. ער העלפט אלעמען קריגן די נייטיקע ביכער. אונדזער שטאָטישע צײַטונג ,רודינסקי ראבאָטשי? האָט אָפּנעדרוקט וועגן אים אן ארטיקל מיט זײַן פּאָרטרעט.
-- אף דער ערשטער זײַט?
-- דארפסט נאָך אף דער ערשטער זײַט, און אויב אף דער פערטער זײַט איז װינציק?
אזוי האָבן זיי גערעדט, פעליקס און ליובע, געפילט זיך פון דער ערשטער מינוט אומגע- צװוּנגען, ניט געזוכט קיין ווערטער, ניט איבערגעקלערט, װי דאָס מאכט זיך, ווען מע איז נאָך ניט אזוי גוט באקאנט איינער מיטן אנדערן. פארקערט, עס האָט זיך ביידן אויסגעוויזן, אן זי קענען זיך שוין פון לאנג.
צום שלוס האָט פעליקס געגעבן ליובען אזא פּראָגראם אפן מאָרגנדיקן טאָג: אינדערפרי, נאָכן פרישטיק, װעט זי גיין צום פעטער טױיװי דעם ציין-דאָקטער, און אינאָװנט וועלן זיי ביידע, פעליקס און ליובע, גיין אין טעאטער אפן ספּעקטאקל ,כאפּ זיך אוף און זינג!?,
נאָכדעם, װי פעליקס האָט זיך געזעגנט מיט ליובען, איז ער נאָך א פּאָר װײַלעס געשטא- נען בא דער האלב-אָפענער טיר און געקוקט, וויאזוי זי הייבט זיך אוף אף די טרעפּ. ער האָט געווארט, זי זאָל אויסדרייען דעם קאָפּ און זיך אומקוקן. ,,אויב זי וועט זיך ניט אומקוקן, װעט אלץ זײַן גוט" -- האָט ער צוגעטראכט א סימען, ווען ליובע איז שוין געווען אפן אייבערשטן טרעפּל און ניס געהאט זיך אומגעקוקט, אָבער שוין גאָר אין דער לעצטער סעקונדע, ווען זי האָט שוין געדארפט פארקערעווען אין קאָרידאָר און פארשווינדן פון די אויגן, האָט זי יאָ געגעבן א דריי אויס דעם קאָפּ צו אים, א שמייכל געטאָן, א מאך געגעבן מיט דער האנט. ,אז זי האָט זיך אומגעקוקט, װעט דאָך אוואדע זײַן אלץ גוט"-- האָט פעליקס געמאכט א גליק- לעכע פּשאָרע צװישן ערשטן סימען און דעם צווייטן. ער איז אראָפּ פונעם גאנעק און מיט אן אונטערטאנצנדיקן גענגל זיך געלאָזט גיין צום טונקל-באלויכטענעם קליינינקן סקווער, בא וועלכן עס שטעלן זיך אָפּ די אוטאָבוֹסן.
11
ליובעס טאטע, זעליק זעגלמאן, איז געזעסן אפן צווייטן שטאָק אין וועסטיביול פון האָ- טעל און א באומרויקטער געווארט אף דער טאָכטער. אוועק איז זי, ווען ס'איז נאָך געווען האלבער טאָג, איצט איז שוין שפּעט אינאָװנט. װוּ גייט זי ארום ביז איצט אין א פרעמדער שטאָט? זי איז א דערוואקסענער מענטש, אָבער אזוי װוי ער װאָלט געהאט צו טאָן מיט א קינד, וועלכן מע דארף נאָכאנאנד היטן, עס זאָל זיך ניט אָנטאָן קיין שאָדן, איז ער קיינמאָל ניט רוֹיִק. ווען ער זעט ניט ליובען א פּאָר שאָ, הייבט ער אָן איבערטראכטן, איבערקלערן, און ניט נאָר דאָס, ער נעמט בענקען.
דארף דען א טאטע אזוי בענקען נאָך א דערוואקסענער טאָכטער, װאָס יעדע מינוט קאָן זי ביכלאל אוועקגיין פון אים, כאסענע האָבן און אָנהײיבן לעבן זעלבשטענדיק? ווען ער זאָל קאָנען פארגעסן, אז זי איז אים ניט קיין אייגענע טאָכטער, נאָר א פרעמד קינד, װאָס ער האָט עס אויסגעהאָדעװעט, אויסגעצערטלט און ס'איז געװאָרן אף כידושים א שיינע בלום. בא אים, בא זעליק זעגלמאנען, דארף זײַן נאָר דאָס גליקלעכע געפיל פון א טאטן, װאָס האָט א געראָטן קינד. אוואדע איז זי זײַן קינד, ער איז עלטער פון איר אף אזויפיל, אף וויפל א טאטע דארף זײַן עלטער פון זײַנס א קינד. איר איז פיר און צוואנציק, אים --עטלעכע און פערציק. אים װוערט קאלט אין די אייוורים, ווען ער טוט זיך א פרעג, צי איז ער ניט שולדיק, װאָס זי האָט נאָך ניט כאסענע געהאט! אזא שיין מיידל, אלע פארקוקן זיך אף איר. אָבער װי נאָר ער דערוויסט זיך, אז א באָכער האָט אויסגענומען בא איר, זי לויבט אים, אזוי פּרוּווט ער גלײַך אראָפּווארפן יענעם אין אירע אויגן.
פאראיאָרן זײַנען זי ביידע צוזאמען, דער טאטע מיט דער טאָכטער, געפאָרן אין א דרײַ טאָגיקער רײַזע אף א שיף פון זשדאנאָוו קיין בערדיאנסק און צוריק. בייס דער נעסיע האָט ליובע זיך באקאנט מיט א יונגן אינזשעניער, װאָס ארבעט אפן זאװאָד ,אזאָווסטאל?
-- וויַאזוי הייסט דער לעקיש, װאָס איז הײַנט מיטיק-צײַט צוגעגאנגען און זיך אוועקגע- זעצט לעבן דיר באם טישל? -- האָט געפרעגט זעליק בא ליובען.
8
-- ער הייסט באָריע, -- האָט זי געענטפערט, -- פארװאָס מיינסטו, אז ער איז א לעקיש?
-- מע זעט דען ניט? ער איז געזעסן און געשוויגן, װי א פיש.
-- ער האלט, אז בייסן עסן דארף מען שװײַגן. רעדן רעדט ער, ווען מיר זײַנען אף דער פּאלובע, -- האָט זי מיט אא שמייכל געענטפערט.
-- איך זע, אז ער רעדט אף דער פּאלובע. נאָכאנאנד רעדט ער. א נישקאָשעדיקער פּלאפּלער.
-- שװוײַגן איז שלעכט, ריידן איז אויך ניט גוט.. -- א אנדער מיידל װאָלט,. מיסטאמע, אָנגעברױיגעזט זיך אפן טאטן, וועלכער הערט ניט אוף געפינען כעסרוינעס און מאכן צונישט א װוילן באָכער, אָבער ליובע איז ניט אזא. זי האָט געשמייכלט, זי האָט געלאכט.
ער ווייסט ניט, צי זײַנע ווערטער העלפן, מיסטאמע העלפן זיי ניט. אויב ס'וועט איר טאר קע גוט געפעלן וערן עמעצער, װעלן קיינע רייד ניט העלפן. דערװײַל אָבער האָט דאָס נאָך ניט געטראָפן. מיט באָריען פון דער שיף האָט זי זיך צעשיידט אינעם זעלבן טאָג, ווען די רײַזע האָט זיך פארענדיקט און דערמיט האָט זיך פארענדיקט די גאנצע באקאנטשאפט, מער הערט מען ניט וועגן אים.
ניט לאנג צוריק האָט ליובע זיך באקאנט מיט א צווייטן לעקיש, און זי איז אוועק שפּא- צירן מיט אים אין וואלד.
-- גרישע האָט מיך אוועקגעפירט אין א וואלד העט-װײַט פון דער שטאָט, איך בין נאָך קיינמאָל דאָרטן ניט געווען, -- האָט ליובע דערציילט, ווען זי האָט זיך אומגעקערט אהיים נאָכן לאנגן שפּאציר. -- אף איינער א סטעזשקע איז אונדז אנטקעגנגעקומען א מוירעדיק-י גרויסער קאבאן. ער איז געשפּרונגען גלײַך אף מיר. גרישע האָט רויַק א מאך געטאָן צו אים מיט דער האנט און די כײַע איז אנטלאָפן.
-- דײַן גרישע איז טאקע א גרויסער העלד, ---האָט זעליק א לאך געטאָן. -- ער ווייסט, אז קאבאנעס טשעפּען ניט. ווען ס'װאָלט זיך געטראָפן אן עמעסע בייזע כײַע, װאָלט ער פון שרעק געשטאָרבן.
-- ניין,. טאטע, --- האָט זי געענטפערט.-- פאר כײַעס האָט ער ניט מוירע, און פאר מענטשן אויך ניט. איך בין מיט אים געגאנגען פון קינאָיטעאטער, נאָכן לעצטן סעאנס, האָט ער מיך געפירט ניט איבער די גאסן, װוּ אלע גייען און ס'איז ליכטיק, נאָר דאָרט, װוּ מע זעט ניט קיין לעבעדיקן נעפעש און ס'איז פינצטעריכוישעך. מיר זײַנען געגאנגען פארבײַ דעם כאָרעװן קלויסטער, װאָס מע וויל רעסטאוורירן, און פארבײַ דעם מארק מיט דער טשאטע פּאָראָדיסטע הינט, װאָס ליבהאָבער פון באלעכײַים האָבן אמאָל געקויפט פאר גרויס געלט, געכאָליעט, געקושט, געקאָרמעט מיט קאָטלעטן און קאָנפעטן, געלייגט שלאָפן אין בעט, ביז ס'איז נימעס געװאָרן דער אייסעק -- פירן זיי יעדן טאָג שפּאצירן, רייניקן, וואשן, און מע האָט די געצערטלטע באשעפענישן ארױיסגעװאָרפן אף גאָטס באראָט. די אומשולדיקע היימ- לאָזיגעװאָרענע אויסגעיידלטע הינט האלטן זיך צוזאמען און װאָיען דורך די נעכט אף זייער גוירל, װאָס האָט אזוי אומגעריכט געביטן זיך. עס כאפּט אָן א גרויל, װוען אלע בעשוטפעס הייבן זיי אָן צו קלאָגן אפן װיסטן מאזל זייערן. אויסגעהונגערטע, פארווילדעוועטע, טיף-אנ- טוישטע אין מענטשלעכער גערעכטיקײַט, פאלן זי אָן אף מענטשן. און שטעל זיך פאָר, טאר טע, -- האָט ליובע דערציילט, -- זיי זײַנען אָנגעפאלן אף מיר מיט גרישען. װען ניט גרישע, װאָלטן זיי מיך צעריסן. ער האָט זיי אוועקגעטריבן, ניט מיט שלעכטן, נאָר מיט גוטן, ער האָט גערעדט צו זיי און אײַנגערעדט, ביז זיי זײַנען ניט אָפּגעטראָטן. דערנאָך האָבן זיך באוויזן לעבן אונדז צוויי מענטשישע פיגורן. די ערשטע פיגור באלײַכט אונדז מיט א לאמטערנדל, בלאָנדזשעט מיט דער שײַן איבער מײַן פּאָנעם, איבער גרישעס פּאָנעם און פרעגט בא אים דאָס זעלבע, װאָס עס פרעגן שטענדיק אזעלכע לײַט, וועלכע גייען באנאכט איבער א פּוסטער פינצטערער גאס און שטרעבן צו פארטשעפּען איינצלנע פארבײַגײיער. ,גיב פארייכערן.-- ,איך רייכער ניט", -- האָט גרישע געענטפערט.--,און שוועבעלעך האָסטו??---,אז איך ריי- כער ניט, האָב איך ניט קיין שוועבעלעך", -- האָט גרישע ווידער רויַק געענטפערט. און מיך גענומען פאר דער האנט צו גיין װײַטער. דאן זײַנען ביידע נעפאשעס צוגעטראָטן הארט צו אונדז, פארשטעלט דעם וועג.
-- הערט אוף, כעוורע, -- האָט גרישע געזאָגט,
-- דו גײי, װער לאָזט דיך ניט! -- האָט זיך אָפּגערופן דער פּארשוין מיטן לאמטערנדל. -- אָבער דײַן שיינהײַט לאָז איבער פאר אונדז. מיר װעלן זי אליין באגלייטן. מיט דיר איז איר אומעטיק.
-- כ'בעט אײַך, כעוורע, מיט גוטן, --האָט גרישע אײַנגעהאלטן, ניט העכערנדיק דאָס קאָל, געווענדט זיך צו זיי. -- לאָזט אונדז צורו.
כשי (=6
-- מיר לאָזן דיך צורו, װער דארף אזא פארזעעניש, װי דו? זי דארף דיך אויך ניט, זי דארף אונדז, -- און איינער פון די לײַט האָט דאפקע איידל א נעם געטאָן מיך באם ארבל. איך האָב א ריס זיך געטאָן פון אים, יענער האָט פעסטער פארקלעמט מיט זײַן האנט מײַן עלנבויגן. און דאָ האָט מײַן גרישע זיך ניט דערשראָקן, --דאָס װאָרט ,מײַן" האָט ליובע ארויסגעבראכט מיט פיל צארטקײַט און ליבע אין קאָל, -- ער האָט, דוכט מיר, גרינג אוועקגע- לייגט זײַן האנט אפן אקסל בא איינעם פון די צוויי כוליגאנעס, א דריק געטאָן דאָרטן אפן שליסלביין און יענער האָט זיך א בייג געגעבן צו דער ערד. עס גייט ניט אין קויעך, עס גייט אין קענטשאפט, אין וויסן פּינקטלעך דאָס אָרט, װוּ מע דארף אָנדריקן. גרישע ווייסט נאָך ערטער, וועלכע מע דארף אָנדריקן. לעבנסגעפערלעך איז עס ניט, נאָר דער קעגנער פאלט אום און בלײַבט א פארכאלעשטער ליגן. דער אנדערער האָט דערזען, װאָס עס איז מיטן ערשטן, ויָאזוי יענער ליגט אָנמעכטיק אפן ברוק, איז ער אנטלאָפן. אזעלכע לײַט זײַנען אָפטמאָל אויך גרויסע פּאכדאָנים. מיינסטו, טאטע, אז מער װעלן מיר ניט גיין איבער יענער גאס נאָכן לעצטן קינאָיסעאנס? -- האָט ליובע פארענדיקט.-- מיט אזא מענטשן, װי גרישע, איז ניטאָ װאָס מוירע צו האָבן,
זעליקן איז אויך צום הארצן אזא באָכער, װאָס בלײַבט ניט קיין באלכויוו. מיט אזא באָ- כער ווערט מען ניט פארפאלן, ער איז א גוטער באשיצער. כוץ דעם, האָט גרישע, װײַזט אויס, נאָך גוטע מײַלעס, אָבער מיט ליובען האָט זעליק גערעדט וועגן אים אנדערש און איז געווען צופרידן, ווען צו קיין שידעך מיט גרישען איז ניט געקומען.
;איך בין ניט װוערט, װאָס די ערד טראָגט מיך -- זידלט ער זיך אליין. -- וועלכער טאטע וויל דאָס ניט, אז זײַן קינד, זײַן אויסגעוואקסענע טאָכטער זאָל כאסענע האָבן? אָבער דיך כאפּט ארום א שרעק, ווען דו דערהערסט, אז זי האָט זיך באקאנט מיט א באָכער, אפילע מיט זייער א גוטן"... אזוי װי א גאנעוו כאפּט ער זיך אָפּט באם געדאנק, אז ער טראכט וועגן ליו- בען ניט וי וועגן א טאָכטער, נאָר וי וועגן א שיינער צוציַענדיקער פרוי, אין וועלכער מאנצ- בלען פארליבן זיך. עס האָט זיך גענומען צומישן א געפיל -- װאָס דארף ניט זײַן, טאָר ניט זײַן. עפּעס א ווילדע וויסטע אָנשיקעניש... גיי דערצייל עמעצן, אז טיף-טיף אין הארצן טראָג- סטו זיך ארום מיט א מעשוגענעם טרוים, א לעפּישן פארלאנג, וועלכן דו וואגסט ניט ארויס- ברענגען פון מויל פאר זיך אליין, טרײַבסט אים, יאָגסט אים פון זיך. און ער קומט ווידער, ,;אף װאָס האָפּסטו, דו, אלטער פערד, װי איז דיר ניט קיין ביזאָיען, דאָס דארף דיר דאָך ניט קומען אפילע אפן צענטן געדאנק, מע דארף דאָך דיך, זעליק, פארווארפן מיט שטיינער".
אזוי איז ער געזעסן אין וועסטיביול אפן דיוואן, געווארט אף ליובען און ניט אופגעהערט טראכטן וועגן איר. די דעזשורנע פון עטאזש האָט געדרעמלט בא איר טישל, יעדעס מאָל אופ- געעפנט א האלב אויג און אים אָנגעצילט אפן אײַנװווינער, װאָס הייבט זיך א גאנצן אָװנט ניט אוף פון דיוואן. עס ארט זי ניט. זאָל ער זיצן א גאנצע נאכט, אָבער, פונדעסטוועגן, וויפל איז דער שיר, פארװאָס גייט ער ניט ארײַן צו זיך אין נומער?
ענדלעך האָט זיך באוויזן ליובע. די ליכטיקע ליוסטרע, װאָס הענגט אראָפּ פון הויכן סו- פיט מיט א סאך קרישטאָלענע פרענדזעלעך, איז נאָך ליכטיקער געװאָרן פון ליובעס לויכטנ- דיקן פּאָנעם, פון אירע זילבער-קאָליריקע קרעלן אפן האלדז, פון איר העלער קלייד, אפילע גופע פון די האסטיקע אימפּעטדיקע פריילעכע טריט, מיט וועלכע זי איז צוגעגאנגען צום טאטן.
-- װוּ ביסטו דאָס געווען ביז אזוי שפּעט!-- האָט ער געפרעגט מיט א פרייד, װאָס ער זעט זי, און מיט א פאָרװוּרף, װאָס זי האָט אים געצװוּנגען אזויפיל ווארטן.
-- איך בין געווען בא אונדזערע קרויווים, --- האָט זי א צופרידענע געענטפערט.
-- האָסט זיי טאקע געפונען, און דו ביסט געווען בא זיין
-- אוואדע געווען. מיר האָבן, טאטע, אין רודינסק, גוטע קרויווים. פעליקס האָט פאָרגע- לייגט, אז מאָרגן זאָלן מיר זיך איבערקלײַבן צו זיי,
-- װער איז דאָס פעליקס?-- האָט זעליק אָנגעשפּיצט די אויערן.
-- איינער פון די געפונענע זעגלמאנס. א יונגער געלערנטער, א קאנדידאט פון וויסנ- שאפטן. מיר זײַנען ביידע געווען אין קינאָ, אפן פילם , די צײַט פון ליבע", דערנאָך האָט ער מיך אונטערגעפירט ביזן האָטעל. ער האָט געזאָגט, אז מיר זאָלן מאָרגן אומבאדינגט איבער- קלײַבן זיך צו זיי, אפן רעכטן ברעג. דאָרטן איז א ריינע לופט.
-- אזא נאָענטער קאָרעוו איז ער אונדז, װאָס ער וויל, אז מיר זאָלן לעבן בא זיי! -- האָט זעליק א לאך געטאָן מיט זײַן געוויינלעכן ביטל-געלעכטערל, ווען ער רעדט וועגן ליובעס א נײַער באקאנטשאפט מיט א באָכער. -- האָסט אים געדארפט זאָגן א דאנק. א צײַט װעלן מיר זיך דאָ ניט פארהאלטן, מאָרגן-איבערמאָרגן פאָרן מיר אוועק.
-- איך האָב דאָס אים געזאָגט, טאטע...
40
-- ביסטו א כאכאָמע...
--דעם איקער, טאטע, האָב איך פארגעסן דיר צו זאָגן, --האָט ליובע זיך דערמאָנט. -- איך בין דאָך געווען באם הויפּט-אינזשעניער, מארק לװאָװיטש זעגלמאנען. ער האָט זיך אזוי דערפרייט מיט מיר, אליַנגעלאדן אונדז ביידן צו זיך אהיים, און ער האָט געזאָגט, אז אלץ, װאָס ער װעט נאָר קענען, װעט ער טאָן, אז די שטאָלענע רולאָנען און טרויבן זאָלן זײַן.
-- פאר דיר עפענען זיך אלע טירן און טויערן. -- זעליק איז געווען צופרידן און שטאָלץ, װאָס ליובע נעמט אזוי אויס בא מענטשן, דאָס האָט אים אויך אָבער אף א געויסן אויפן באומרולקט און געקימערט. -- איך פאָר שוין דאָס וויפלטע מאָל קיין רודינסק און ס'האָט נאָך ניט געטראָפן, אז עמעצער זאָל ניספּאָעל װערן, ווען ער דערוויסט זיך, אז מײַן פאמיליע איז זעגלמאן.
-- האָסט דאָך די זעגלמאנס ניט געזוכט, -- האָט ליובע זיך אָנגערופן. -- איך בין געווען בא פעליקסעס באָבען, אזא װוּנדערלעכע פרוי. זי האָט מיר דערציילט די גאנצע גענעאלאַגיע...
-- נו, און ס'באקומט זיך עפּעס?..
-- קיין נאָענטע קרויוועשאפט האָט זיך עפּעס ניט באקומען, נאָר זי האָט געזאָגט, אז סײַװי זײַנען מיר קרויווים. זי האָט אלץ אזוי גוט דערציילט, דער אָטעם האָט זיך בא מיר פארכאפּט, און פעליקס איז אויך א גלענצנדיקער דערציילער... -- האָט ליובע צום סאָף צו- געגעבן.
אָבעראמאָל פעליקס און װוידעראמאָל פעליקס, זי איז שוין, װײַזט אויס, פארקאָכט אין אים. זעליק האָט געװאָלט פארטרליבן דעם ניט גוטן געפיל קעגן א מענטשן, וועלכן ער האָט אין די אוגן ניט געזען, ער קאָן אים ניט און ווייסט אים ניט און װאָס איז אים דאָך שוין אזוי דערווידער, אז ער קאָן זײַן נאָמען ניט הערן. ער האָט זיך ניט אײַנגעהאלטן ניט א פרעג צו טאָן;
-- וויפל איז ער אלט?
-- ווער, טאטע?
-- נו, דער דאָזיקער פעליקס דײַנער, דער קאנדידאט...
-- א ביסל עלטער פון מיר. -- האָסֿ זי געענטפערט.
-- אף וויפל? -- האָט ער געװאָלט פעסטשטעלן גענויער.
-- איך האָב ניט געפרעגט, טאטע. דאָס האָט מיך ניט אינטערעסירט.
-- אָבער פאָרט!
-- מיסטאמע, אף א יאָר נײַן, צען.
-- סאכאקל אף צען יאָר? געוויס האָט ער שוין דרײַ מאָל כאסענע געהאט. -- האָט זעליק, א דערפרייטער, געפּאסקנט,
-- וויפל מאָל ער האָט כאסענע געהאט האָב איך, טאטע, אויך ניט באוויזן צו פרעגן בא אים. אָבער װאָס קימערט דאָס דיך? בא מײַן כאסענע מיט אים האלט נאָך ניט..
-- איך זע דאָך, אז ער איז דיר שוין נישקאָשעדיק געפעלן.
-- האָסט געטראָפן, טאטע. דער ערשטער אײַנדרוק וועגן אים איז א גוטער.
-- דער ערשטער אײַנדרוק נארט אָפּטמאָל אָפּ..
-- נאָך אָפּטער איז דער ערשטער אײַנדרוק דער סאמע ריכטיקער, --האָט זי דערויי דערט.
-- יאָ, יאָ. דער סאמע ריכטיקער, -- האָט זעליק מיט אן אומבאהאָלפנקײַט און אומעט אינעם קאָל אונטערגעמורמלט. צו זיך אליין. -- נו, ליובע, גיי שוין צו זיך אין צימער, ביסט פארמאטערט נאָכן גאנצן טאָג ארומגיין. אויב דאָס פענצטער איז בא אײַך אָפן, זאָלסטו אים פארמאכן, עס זאָל ניט ארלין דער רויך, --האָט ער איר אָנגעזאָגט.---א גוטע נאכט.---ער האָט זי א קוש געטאָן אין שטערן און אין באק און עס איז אים געװאָרן הייס, װי ער װאָלט געקושט אין די ליפּן. ער װאָלט אָפּגעגעבן דאָס גאנצע לעבן, קעדיי קענען זאָגן ניט .געליבטע טאָכטער", נאָר פּאָשעט ,געליבטע מײַנע", אָן ,טאָכטער?...
12
אף מאָרגן איז ליובע אוועק צום פעטער דעם ציין-דאָקטער טויווי זעגלמאן. געלעבט האָט ער אף דער גאס פּערװאָמײַסקאיא, וועלכע גייט מיט איין עק ארויס אפן לענין-פּראָספּעקט און מיטן אנדערן עק --אפן פּראָספּעקט סטאלעוואראָוו -- די צוויי לענגסטע, שענסטע און טומלדיקסטע פּראָספּעקטן אין רודינסק. אף פּערװאָמײַסקאיא איז שטיל, און אויב מע װוינט,
41
אזוי װוי טויווי זעגלמאן, ניט אין סאָף גאס, נאָר אינמיטן, איז שוין די שטילקײַט קימאט א דאָרפישע. אהער דערטראָגט זיך ניט די קלימפּערײַ פון טראמװײַען, די רודערײַ פון מאשינעס, װאָס יאָגן נאָכאנאנד איבער די פּראָספּעקטן. ליובע איז געגאנגען איבערן ניט-ברייטן טראָטואר און אײַנגעקוקט זיך אין די נומערן פון די הײַזער, די נומערן זײַנען געווען פארשטעלט פון די ביימער, וועלכע וואקסן נאָענט בא די ווענט. ארויסגעהאָלפן האָט ליובען דאָס שילדל בא דער ארײַנגאנג-טיר אין איינעם פון די פינפשטאָקיקע מויערן. , ציין-דאָקטער ט. א. זעגלמאן, היילונג און פּראָטעזירונג. דריטער שטאָק, דירע נומער 29/. ליובע האָט זיך אופגעהויבן אפן דריטן שטאָק, אָנגעקלונגען אין דער דירע נומער 29, אָבער קלינגען האָט מען ניט געדארפט. די טיר איז ניט געווען פארשלאָסן. נאָכן קליינעם טונקעלן קאָרידאָר האָט ליובע ארלנגע- טראָפן אין א צימער, װוּ בא א נידעריקן טישל זײַנען געזעסן צוויי פרויען און א מאנצבל, װײַזט אויס פּאציענטן. זיי האָבן געבלעטערט דעם זשורנאל ,אָגאָניאָק" און דעם זשורנאל ,קראָקאָדיל?, װאָס זײַנען געלעגן אפן טישל, מיט אזא זויערער מינע, אקוראט װוי א מער לאנג- װײַליקן און טרויעריקן לייעןישטאָף איז זיי נאָך אפן לעבן ניט אויסגעקומען צו לייענען. עס האָט א שורשע געטאָן דער פאָרהאנג, װאָס הענגט איבער איינער פון די צוויי טירן, וועלכע פירן אין אנדערע צימערן, און ס'האָט אף דער שװעל זיך באוויזן א פרוי. א הויכע, מיט קוואדראטע פּלײצעס, אזוי וי בא א קרעפטיקן סאָלדאט, מיט א פארשוויצט פּאָנעם און רויט- גלאנצנדיקע נאסע הענט. דורך דער האלב-אָפּענער טיר האָבן זיך ארײַנגעטראָגן געשמאקע רייכעס פון מײַכאָלים. ליובע האָט פארשטאנען, אז דאָס איז, מיסטאמע, דעם פעטער טויוויס װײַב, און זי האָט געװאָלט צוגיין און זיך באקאנען מיט איר, געבן איר צו װויסן אז זי איז, כוץ א פּאציענטקע, מעגלעך, אויך א קרויווע, אָבער דער שטרענגער בליק בא דער פרוי און איר פארפּאליעט פּאָנעם האָבן ליובען אָפּגעהאלטן. זי האָט באשלאָסן אָפּלײגן די באקאנטשאפט מיט איר אף שפּעטער, נאָכדעם װי זי װעט זיך באקאנען גופע מיטן פעטער טויווי. די פרוי איז פארשווונדן הינטערן פאָרהאנג, און ליובע האָט אויך גענומען בלעטערן א זשורנאל, אווי װי דאָס האָבן געטאָן אירע שכיינים באם טישל.
נאָך א שאָ צײַט ווארטן, איז ליובע ארלין אין קאבינעט, און דאָ האָט זי אין דער ערשטער מינוט פארגעסן וועגן דער קרויוועשאפט, װאָס זי דארף שליסן מיטן דאָקטער, און וועגן דער פּלאָמבע, וועלכע זי יל ארײַנשטעלן. דער קאבינעט איז געווען ניט קיין קאבינעט, נאָר א מין סקלאד, אפן דיל זײַנען געלעגן א סאך שטיינערנע בלימעלעך, אזוי װי ארויסגענומענע פון באזשאָווס בארימטער מײַסע , דאָס שטיינערנע בלימל". דאָס אויג האָבן געקװויקט אנדערע שיינע צאצקעלעך, ---אויסגעהאקטע פון שטיין און אויסגעשניצטע פון האָלץ פיגורעלעך, געשטאלטן לוט די אוראלער מײַסעס און געשיכטעס פונעם זעלבן מעכאבער, באזשאָוון: ,די באלעבאָסטע פונעם קופּערנעם בארג", , דאָס פּײַערל-שפּרינגערל", ,,דאָס גרינע פערדל". בא אן אנדער וואנט אין צימער איז געלעגן א שטויס קינדערשע ביכלעך מיט געמעלן, א פּעקל טעכנישע ביכער, צװישן זיי די , פיזיק" פון לאנדאו און ליפשיץ. א בענקל איז געווען פאר" נומען מיט בויגנס פּאק-פּאפּיר, אף א צווייט בענקל איז געשטאנען א הילצערן קעסטעלע מיט אן אָנגעהױבענעם אדרעס אפן דעקל: ,נאָװאָסיבירסקער געגנט. טשערעפּאנאָװער ראיאָן.." הינטער די אלע צאצקעס, ביכלעך, ביכער, קעסטלעך, װאָס האָבן פרײַ זיך צעלייגט און צע- שטעלט אין קאבינעט, האָט אזויווי אן איבעריק שטיקל מעבל אויסגעזען די קרעסלע און די באָר-מאשין, פארוקטע אין א ווינקל. אן איבעריקער, האָט געדוכט, איז דאָ אויך גופע דער דאָקטער, ---א קליינינקער, מיט א נאקעטן שארבן, אין א לאנגן װײַסן כאלאט.
טויווי זעגלמאן האָט מיט א װוּנק אײַנגעלאדן די ארײַנגעקומענע פארנעמען איר פּלאץ אף דער קרעסלע.
ליובע האָט זיך אוועקגעזעצט, און איידער דער דאָקטער האָט זי געבעטן עפענען דאָס מױל, האָט זי אליין דאָס מויל געעפנט און פריִער פון אלץ אים איבערגעגעבן א ווארעמען גרוס פון פעליקסן, וועלכער האָט זי געשיקט צו אים.
-- איר קענט פעליקסן?--האָט ער אויסגערופן אן אנציקטער און א פארװוּנדערטער, פּונקט װי זי װאָלט געזאָגט, אז זי קאָן דעם רוימישן פּױפּסט. -- ער איז דאָך מײַנער א פּלע- מעניק!
-- אויב ער איז אײַער פּלעמעניק, בין איך עפשער אויך אײַערע.. א קרויווע, -- האָט ליובע מיט א שמייכל געזאָגט. --- מײַן פאמיליע איז זעגלמאן.
-- פארװאָס האָב איך אײַך ביז איצט ניט געזען:--דער דאָקטער האָט מיט גרויסן נפי גער זיך אײַנגעקוקט אין איר.
-- איך בין מיט צוויי טעג צוריק געקומען אהער צו פאָרן,---האָט ליובע דערקלערט.
42
טויווי האָט זיך אוועקגעזעצט אף זײַן הויך קײַלעכדיק בענקעלע, אנטקעגן ליובען, און בעדייע געהאט צו נעמען גענוי אויספרעגן, אָבער אין קאבינעט איז ארײַנגעקומען זײַן פרוי, צוגעגאנגען צו אים, א זײַטל געטאָן מיט אן אויג אף דער פּאציַענטקע און אײַנגעשעפּטשעט אים אין אויער, אָבער ניט אזוי שטיל, אז לויבע זאָל ניט האָבן דערהערט.
-- איך גיי אפן מארק,
-- זייער גוט, -- איז טויווי געווען צופרידן. -- פארגעס ניט, לאָרע, קויפן געשמאקע זאכן. -- ער האָט אופגעהויבן א פּאָלע פון כאלאט, ארלַנגעשטעקט די רעכטע האנט אין דער רעכטער קעשענע פון די הויזן, דערנאָך אופגעהויבן די אנדערע פּאָלע און ארײַנגעשטעקט די לינקע האנט אין דער לינקער קעשענע, און פון ביידע קעשענעס ארויסבאקומען צוויי קליינע פּאפּירלעך --א גרינס און א געלס.
-- האָסט דאָך הײַנט געדארפט קריגן פאר צוויי פארטיקע פּראָטעזן, -- די פרוי האָט גע- נומען די צוויי פּאפּירלעך, געקנייטשט זיי, אזוי וי ניט װויסנדיק, װאָס מיט זיי צו טאָן.
-- דאָס געלט פאר די פּראָטעזן דארף איך אף דעקן דעם כויוו, דו ווייסט דאָך אוועלכן, -- האָט ער אײַליק א זאָג געטאָן און טייקעף צוגעגעבן, אָנװײַזנדיק אף ליובען. -- באקען זיך, זי איז אונדזערע א קרויווע,
-- זייער װוויל, -- לאַרע האָט א לענגערן קוק געטאָן אף ליובען, -- נו, מיר װעלן זיך נאָך זען און א רעד שאָן, -- האָט זי געזאָגט, און, ניט ארויסברענגענדיק מער קיין איין װאָרט, איז זי ארויס פון קאבינעט.
-- זי איז זייער א גוטע, -- האָט טויווי א זיפץ געטאָן, ווען די טיר האָט זיך פארמאכט.-- װאָס איז זי שולדיק, אז דער מאן אירער איז א מעשוגענער?! אלץ, װאָס איך פארדין, גייט בא מיר אוועק אף אָט דעםיאָ, -- ער האָט אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו די ביכער און פיגורלעך, װאָס ליגן אפן דיל. -- איך דארף נאָך הײַנט אוועקשיקן דרײַ פּאָסילקעס און דרײַ באנדעראָלן.
-- אזויפיל פרײַנט האָט איר וועמען צו שיקן!
-- פרײַנט אָן א צאָל, איר װעט ארײַנגיין צו מיר אין שטוב, װעל איך אײַך װײַזן די בריוו, די טעלעגראמעס פון דערוואקסענע מענטשן, פון יונגע לײַט, פון גאנצע קאָלעקטיון..
ער איז אװעקגעלאָפן צו דער טיר, אופגעעפנט זי, געכאפּט א קוק אין ווארט-צימער און מיט א פריילעכן קאָל אָנגעזאָגט:
-- א מעכײַע, קיינער איז מער ניטאָ. איר זײַנט די לעצטע.
מיט ליובעס ציין האָט ער זיך באשעפטיקט ניט לאנג, ער האָט אײַנגעפונען, אז זיי זײַנען אין בעסטן צושטאנד. די פּלאָמבע װעט ער ארײַנשטעלן מאָרגן. ער האָט אײַנגעלאדן ליובען ארײַנגיין מיט אים אין דער אנדערער העלפט פון דער דירע.
;די אנדערע העלפט"-- דאָס איז ניט קיין גרויסער צימער, גאנץ באשיידן מעבלירט. טויווי האָט זיך אוועקגעזעצט אף דער אלטער לעדערנער סאָפּע און געבעטן ליובען אוועק- זעצן זיך לעבן אים.
-- איז לאָמיר זיך באקאנען, װי ס'דארף צו זײַן, ויַאזוי איך הייס, ווייסט איר שוין. איך הייס טויווי, דאָס הייסט א גוטער מענטש, -- האָט ער פארטײיטשט.
-- און איך הייס ליובע.
-- אויסגעצייכנט. ליובע --- ליובאָוו --- ליבע. גוטסקײַט און ליבע--דער בעסטער קאָמ- פּלעקס. און די פאמיליע?
-- זעגלמאן,
-- אך, יאָ, איר האָט מיר שוין געזאָגט, -- האָט ער זיך דערמאַנט. -- די זעלבע, װוי מײַנע. ס'איז די בעסטע און שענסטע פאמיליע, װאָס קאָן נאָר געמאָלט זײַן. זעגלמאן... זעגל... אף רוסיש --, פּארוס". ,בעלעיעט פּארוס אָדינאָקי".. איז זאָגט איר, אז פעליקס איז אײַערער א קאָרעו?.. נו, יאָ ער איז דאָך מײַנער א פּלעמעניק, מײַן ברודער מאָטלס זון. און מיט מײַן מאמען, פעליקסעס באָבע, האָט איר שוין גערעדט?
-- מיט דער באָבע מינע?
-- נו, יאָ. דיר איז זי א באָבע, -- איז ער אריבער אף ,דו", ---און מיר א מאמע.
-- גערעדט. זי האָט מיר אלץ דערציילט.
-- וי געפעלט זי דיר? קיין אײַנהאָרע ניט, שוין אין אזא עלטער. זי האָט דאָך נאָך איי- גענע ציין אין מויל.
עס איז ארײַנגעקומען לאָרע. זי האָטס פארקערעוועט אין קיכל, אוועקגעשטעלט דאָרטן דאָס קוישל, דערנאָך האָט זי אין פירהויז זיך איבערגעטאָן און ארײַן אין צימער. -- אין וועסטיביול איז פּוסט, קיין איין כוילע זעט מען ניט, -- האָט זי געזאָגט.
43
-- איז דאָך גוט, טײַערע. בא מענטשן האָבן אופגעהערט וויי טאָן די ציין, און איך האָב פרײַע צײַט, און מיר װעלן באלד עסן ווארמעס, -- טויווי האָט פון פארגעניגן געריבן איין האנט אין דער אנדערער.
-- אוואדע דארפסטו פרײַע צײַט. כ'פארשטיי נאָר ניט, פארװאָס פארמאכסטו אינגאנצן ניט דעם קאבינעט, דאן װעסטו א גאנצן טאָג קאָנען זיך אייסעקן מיט די פּאָסילקעס, -- לאָרע האָט גערעדט צום מאן, נאָר געקוקט מער אף ליובען, װי זי װאָלט געװאָלט געפינען בא איר צושטימונג און מיטגעפיל. זי האָט זיך צוגעזעצט אף א ברעג בענקל אנטקעגן דער סאָפע און געווענדט זיך צום מיידל שוין גאָר מיט אן אנדערן קאָל---א ווייכן, א ווארעמען.
-- זאָגט מיר, איר זײַט טאקע אונדזערע א קרויווע? װי הייסט אײַער טאטעל
ער הייסט זעליק.
-- און װוי הייסט די מאמע?
-- די מאמע... די מאמע... איך האָב ניט קיין מאמע.
-- און װוי הייסן אײַערע מומעס?-- האָט לאָרע װײַטער אויסגעפרעגט.
-- די מומעס האָבן געהייסן זיסל, פריידל, קלארע, ראלסע, -- האָט ליובע געענטפערט אזוי װי א שילערן, װאָס האָט גוט אויסגעכאזערט דעם אוראָק.
-- װווּ וווינען זיי?
-- די מומע קלארע וװוינט אין כארקאָוו. די מומע פריידל -- אין מאגניטאָגאָרסק, די מומע זיסל--- אין טשערניגאָוו, די מומע ראלסע -- אין קורסק.
-- און ווער זײַנען די פעטערס אײַערע?--האָט לאָרע געװאָלט וויסן.
-- הער נאָר, ליבינקע, -- האָט זיך ארײַנגעמישט טויווי, -- גיב עפּעס אונדז צובײסן און אליין בײַס אויך צו.
אָבער לאָרע האָט געװאָלט אױיסקלאָרן דעם איניען גענויער.
-- איך האָב דרײַ שוועסטער, -- האָט זי געזאָגט. -- איינע הייסט טאקע ראלסע, נאָר זי לעבט אין לענינגראד, א צווייטע הייסט טאקע קלארע, נאָר זי װוינט אין מאָסקװע.. קיין קרויוועשאפט זע איך דערװײַל עפּעס ניט.
ליובע האָט זיך געפילט אומבאקוועם, װי א מענטש, װאָס װויל ארײַנקריכן אין א פרעמי דער מישפּאָכע.
-- װאָס ווילסטו פון איר? און אז זי איז נאָר פעליקסעס א קרויווע, איז דיר ניט גענוג?-- טויוויס פּאָנעם איז געווען פול מיט קנייטשעלעך, און אין יעדן קנייטשל איז געלעגן א סאך געמיטלעכקײַט און פרײַנטלעכקײיט.
לאָרע האָט עפּעס צו זיך אליין א מורמל געטאָן און איז ארויס אין קיך.
טויווי האָט ארויסגענומען פון טישקעסטל א גאנצן פּאק בריוו.
-- דאָס זײַנען ניט אלע בריוו, -- האָט ער געזאָגט. -- אינעם טישקעסטל זײַנען אלע ניט ארײַן. איך האָב, טײַערע מײַנע, זייער א סאך אדרעסאטן. קינדער רופן מיך ,דאָקטער אײַבאָי ליט", דערוואקסענע ---,װוּנדערלעכער מענטש", נו, און דאָס װײַב רופט מיך ,מעשוגענער + איך שיק פּאָסילקעס, ניט קיין גרויסע. געוויינלעך, -- ביכער, שפּילצײַג פאר קינדער. בא אונדז אין רודינסק זײַנען פאראן מענטשן, װאָס מאכן זייער פּײַנע סוּווענירן.. שיק איך סוּוועניר" לעך.
-- וויָאזוי האָט איר זיך באקאנט מיט די אלע, וועמען איר שיקט? -- האָט ליובע געפרעגט.
-- איך האָב זיי אין די אויגן ניט געזען. אָנגעהױבן האָט זיך דאָס בא מיר אין די ערשטע טעג פון דער מילכאָמע. -- טויווי האָט באקוועמער זיך ארופגערוקט אף דער סאָפע, אָנגע- לענט דעם רוקן צום ווענטל און מיט האנאָע גענומען דערציילן. -- איך האָב דאן געלעבט אין מאָסקװע. גי איך אײינמאָל ארײַן אין ביכער-מאגאזין, װאָס איז אפן ראָג פונעם דורכפאָר- געסל פון קינסטלערישן טעאטער, זוך עפּעס צווישן די ביכער, איך בין א ביכער-ליבהאָבער, און לעבן מיר שטייט איינער א יונגערמאן, מיט א רוקזעקל אף דער פּלײצע, און דאָס פּאָנעם איז בא אים אזא, װוי ס'איז, געוויינלעך, בא א מענטשן, װאָס זוכט זייער א נייטיקע זאך און געפינט עס ניט. ער האָט זיך נאָכגעפרעגט אף א ביכל, װאָס הייסט ,,דרײַ ארטיקלען וועגן ספּעקטאָרס און וועגן געבוי פונעם אטאָם". דער מעכאבער איז נילס באָר. ער האָט עס שוין געזוכט, זאָגט ער צו דער פארקויפערן, אין אנדערע מאגאזינען און אין ערגעץ ניט געפונען. מאָרגן גייט ער אוועק אין ארמיי, און דעם בוך דארף ער נייטיק, װי דאָס לעבן.
דער יונגערמאן האָט מיך פארינטערעסירט. הער נאָר א מײַסע, א באָכער טראָגט שוין א רוקזעקל אף דער פּלײצע, קעדיי מאָרגן מיט דעם אוועקגיין אפן פּראָנט, און עס פעלט אים גאָר אזא ביכל, װאָס נאָר געלערנטע דארפן עס עפשער האָבן אין זייערע ביבליאָטעקן.
-- ווען, זאָגט איר, פאָרט איר אװעק!-- האָב איך אים איבערגעפרעגט.
4
-- מאָרגן, --- איז געווען דער ענטפער, און דאָס פּאָנעם מיט די העלע אויגן איז אזוי פאר- זאָרגט, אזוי װי ער װועט מאָרגן ניט קאָנען נעמען די ביקס אין האנט, אוב בא אים אין רענצל װועט ניט ליגן נילס באָר.
-- איך װעל זיך באמיען קריגן דאָס דאָזיקע ביכל, -- האָט זיך בא מיר ארויסגעכאפּט. -- לאָמיר מאָרגן אין דער זעלבער צײַט דאָ אין מאגאזין זיך װוידער באגעגענען. ער האָט מיר באצײַטנס שוין געדאנקט, שיר ניט צעקושט, און װאָס מיינסטו, ליובע, איך האָב אים דעם בוך געבראכט. ס'הייסט א בוך, א קליין ביכל, אין דינע גרויע טעוועלעך. געפונען האָב איך עס אין בוקיניסטישן אָפּטײיל אין מאגאזין אף קיראָוויגאס,. דער פארקויפער איז דאָרטן געווען מײַנער א באקאנטער, ער האָט זיך ניט געפוילט און איבערגענישטערט די ביכער, װאָס זײַנען ניט געווען אין מאגאזין, נאָר געלעגן אפן סקלאד. וען כ'האָב דעם באָכער דאָס סייפערל דערלאנגט, האָט ער ארויסגעכאפּט פון קעשענע דאָס מאָגערע טײַסטערל זײַנס און געװאָלט מיר אָפּגעבן ס'גאנצע ביסל געלט, װאָס איז דאָרטן געלעגן.
-- און מער האָט איר ניט?-- האָב איך בא אים אף א קאטאָװועס געפרעגט.
-- ניין, מער האָב איך ניט, -- האָט ער מיט א שולדיקער מינע געענטפערט. -- ס'איז אלץ, װאָס איז פארבליבן פון דער סטיפּענדיע.
-- בלײַבט איר דאָך אָן א קאָפּעקע... -- האָב איך באמערקט.
-- איך דארף קיין געלט ניט, אין ארמיי איז מען דאָך אף אלעם גרייטן --האָט ער געענטפערט.
מיט יעדער מינוט איז דער באָכער אלץ מער מיר געפעלן געװאָרן. קלוגע אויגן, א שיי" נער ברייטער שטערן, אן אָפּענער פּאָנעם, װאָס ציט צו מיט טמימעסדיקער פארטראָגנקײַט און פּארטרױימטקײַט. בא מיר, ליובע, איז א גאנץ װאָכעדיקע פּראָפּעסיע, נאָר האָבן האָב איך ליב דערהױיבנקײַט. איך האָב ליב מענטשן, װאָס פּליִען אין די הימלען. עמעס, דעם באָדן אונטער די פיס דארף מען אויך ניט פארלירן.. איך בין אָפּגעגאנגען מיטן כעוורעמאן אין מאגאזין אין א ווינקל, און מיר האָבן זיך א ביסל דורכגעשמועסט. דער באָכער האָט געהייסן הערשל בוטקעוויטש, דעם 25 יון האָט ער אָפּנעגעבן דעם לעצטן עקזאמען אין מאָסקװער אוניווערסי- טעט. ס'איז געווען אן עקזאמען אף פּאָליט-עקאָנאָמיע, ער האָט אָפּגעגעבן אף א , פיר", ס'איז ניט זײַן באליבטער געגנשטאנד. ער האָט פארענדיקט דעם פיזישן פאקולטעט. יעדן יאָר איז ער זומער-צײַט געפאָרן אין שטעטעלע מוראפע אף אוקראלנע, װוּ ער איז געבוירן געװאָרן און וו ס'האָט געלעבט די מאמע זײַנע. נאָר הײַנטיקס יאָר וועט שוין ניט אויסקומען צו פאָרן. דאָס ביכל וועגן די ספּעקטאָרס און וועגן אטאָם דארף ער, האָט ער מיר װײַטער דערקלערט, װײַל אים אינטערעסירן זייער די דאָזיקע פּראָבלעמען. אף דער מילכאָמע האלט מען דאָך אויך ניט נאָר אין איין שיסן, עס מאכן זיך שטיל-צושטאנדן, װעט ער זיך א ביסל פארנעמען מיט זײַ- ניקן... נילס באָר ברענגט פאָרמולעס, אין וועלכע ס'לוינט זיך ארײַנטראכטן..
-- איך האָב דאָס אלץ, ליובע, פארגעדענקט, װאָס ער האָט מיר דאן געזאָגט, -- האָט טויווי פאָרגעזעצט, -- װײַל דערנאָך האָט זיך ארויסגעוויזן, אז דער דאָזיקער הערשל בוטקעוויטש איז גאָר ניט געווען קיין פּאָשעטער באָכער. נאָך דער מילכאָמע האָט ער געארבעט אין קורטשא- טאָווס לאבאָראטאָריע. אין אָנהייב געווען איינער פון זײַנע טאלמידים, דערנאָך -- צוישן די ערשטע באהעלפער, שפּעטער געװאָרן אליין אן אָנפּירער פון א גרויסער לאבאָראטאָריע, וועל- כע האָט זיך פארוואנדלט אין א באװוּסטן אטאָם-אינסטיטוט. א לאנגע צײַט האָבן מיר זיך דורכגעשריבן, ער האָט מיר געשאָנקען זײַנע אייגענע ביכער. איך האָב, צום באדויערן, ניט קיין אייגענע,. האָב איךך געשיקט ביכער פון פרעמדע אװטאָרס, אָבער זייער כאָשעווע...
-- אן אנדערש מאָל, -- האָט דער פעטער טויווי װײַטער דערציילט, -- האָב איך אין זעלבן מאגאזין, לעבן ,מכאט", געטראָפן א מיליטערמאן, אן ארטילעריסט. ער דארף, --האָט ער געזאָגט צו די פארקויפערס, -- װי מע דארף דאָס לעבן, טארלעס בוך ,נאפּאָלעאָן", נאָר ער קאָן עס אין ערגעץ ניט קריגן, און פּונקט װי כ'האָב באם באָכער דעם פיזיקער, הערשל בוי טקעוויטש, אזוי האָב איך אויך בא אים א פרעג געטאָן, וויפל װועט ער נאָך זײַן אין מאָסקװע, און פּונקט װוי יענער, האָט ער מיר געענטפערט, אז מאָרגן פאָרט ער אוועק.
-- איך װעל זיך באמלען קריגן , נאפּאָלעאָנען", -- האָב איך זיך אָנגערופן צו אים. אײַנ- געשטאנען איז ער אין גאָסטיניצע ,צענטראלנאיא" אף גאָרקייגאס.
-- איך ווייס גאָר ניט, ויאזוי אײַך אָפּצודאנקען, -- האָט ער געזאָגט צו מיר, ווען איך האָב אף מאָרגן געבראכט אים דעם בוך. ער האָט ארויסגענומען דעם טײַסטער, א װײַלע גע- טראכט, וויפל צו געבן. דער טײַסטער איז בא אים ניט געווען קיין מאָגערער, װי בא הערש-
45
לען, ער האָט מיר דערלאנגט א פּויטעקע, װאָס האָט באטראָפן פיל-פיל מער, װי די פּרײַז פונעם בוך, נאָר ער האָט געמיינט, אז כ'האלט עס פאר ווינציק און צוגעגעבן נאָך. ער האָט, װײַזט אויס, באשלאָסן, אז איך בין א ספּעקוליאנט. איך האָב זיך געקאָנט באליידיקן. נאָר כ'האָב זיך ניט באליידיקט. אף מײַן נאָז איז דאָך ניט אָנגעשריבן, ער איך בין. ער האָט זיך זייער פארװוּנדערט, ווען כ'האָב קיין קאָפּעקע ניט גענומען בא אים און אים געבעטן נע- מען דאָס בוך בא מיר אלס א מאטאָנע... נו, די מילכאָמע איז געגאנגען, און דאָס לעבן גייט אויך. איך האָב נאָך געוווינט אין מאָסקװע. איז מיר אײַנגעפאלן אוועקצושיקן א פּאָסילקע קינדער-ביכלעך אין א קינדערהיים. האָב איך געשיקט און ס'איז מיר אָנגעקומען בריוו פון די דערצ;ערנס און פון די קינדער. דערנאָך האָב איך צוגעשיקט א פּאָסילקעלע ביכער אינעם טייל, װוּ עס האָט געדינט מײַנער א ברודער, ער איז געווען א לייטענאנט. און נאָך א ברוי דער האָב איך געהאט אין אן אנדערער מיליטערישער טייל, האָב איך אויך אהין אוועקגע- שיקט אָסטראָווסקיס ,וויַאזוי ס'האָט זיך פארהארטעוועט דאָס שטאָל", פאדייעווס ,צעקלאפּט?, לעוו טאָלסטאָיס ,קאזאקן?... כ'האָב ניט געשיקט אבייװאָס, כ'האָב געשיקט אזעלכע ביכער, װאָס איידער מע קריגט זיי,. דארף מען ארומלויפן, װײַל אלע ווילן זיי האָבן... די רויטארמייל- שע צײַטונג ,קראסני װאָין" האָט אָפּנעדרוקט ועגן מיר אן ארטיקעלע. כוועל ניט זאָגן, ליובע, אז כ'האָב געיאָגט זיך נאָך קאָװעד, נאָך באװוּסטקײַט, איך האָב זיך דאן ניט געיאָגט און יאָג זיך איצט ניט. ווען כ'האָב אָנגעהױבן שיקן די ביכער פרעמדע מענטשן, האָב איך ניט געטראכט װעגן דעם, כ'האָב פּאָשעט געװאָלט טאָן עפּעס גוטס, מע זאָל האָבן האנאָע. נאָר אז מע האָט אָפּגעדרוקט וועגן מיר אין איין זשורנאל אן ארטיקעלע, אין א צווייטן זשור- נאל געגעבן מײַן פאָטאָגראפיע, אין א צײַטונג אָפּנעמערקט מײַן פופציקיאָריקן יוביליי, װוי מע מערקט אָפּ עפּעס א גרויסן מענטשן, איז דאָס מיר געווען צום הארצן.
-- דערנאָך האָב איך זיך עוואקויַרט מיט דער פרוי און מיט דער טאָכטער, מאניען אהער, קיין רודינסק. רודינסק אין ניט מאָסקװע, קיין סאך ביכערימאגאזינען זײַנען ניטאָ, נאָר דאָס, װאָס איך דארף, קריג איך פונדעסטוועגן. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מען דאָ אָנגע- הויבן ארױיסלאָזן פארשיידענע אוראלער סוּווענירן. אייניקע זײַנען זייער פײַנע, ס'מאכן זי אויסגעצייכנטע מײַסטערס. קויף איך די צאצקעס און שיק אן אָנדענק פון אוראלער בערג און אוראלער וועלדער...
ליובע האָט מיט גרויסן נײַגער געהערט, װאָס טויווי זעגלמאן דערציילט. זי איז געווען אנציקט פון זײַנע אופטוען, אָבער ניט אלץ איז איר קלאָר געוען. אפן צונג האָט זיך גע- דרייט איין פראגע, און א צווייטע, און א דריטע.
-- כ'וועל אײַך, פעטער טויווי, פארגעבן ניט עפשער גאָר קיין דעליקאטע פראגע,-- האָט זי, פארויטלענדיק זיך, געפרעגט. ---װוּ האָט איר גענומען געלט און װוּ נעמט איר עס ביז איצט? ס'קאָסט דאָך ניט ווינציק...
-- דאָס האָט מען שוין בא מיר א פּאָר מאָל געפרעגט אין אן אנדער אָרט, -- האָט טויווי א שמייכל געטאָן, -- האָב איך דאָרטן געענטפערט, אז זאָלן זיי דאָס פרעגן ניט בא מיר, נאָר בא מײַן פרוי. זי װעט זיי זאָגן, װײַל זי װוייסט גוט, אז זי האָט זייער אָפט ניט, מיט װאָס צו גיין אפן מארק... -- די לעצטע װערטער האָט טויווי ארויסגעבראכט שטיל, עס זאָל ניט דער- הערן לאָרע.
-- און װער העלפט אײַך, פעטער טויווי, אײַנקויפן, פארפּאקעווען, אװעקטראָגן, אוועק- שיקן? -- האָט ליובע װײַטער געפֿרעגט.
דער פעטער טויווי האָט א זיפץ געטאָן:
-- קיינער ניט. אָט דארף איך הײַנט אוועקשיקן דרײַ פּאָסילקעס און דרײַ באנדעראָלן.. איך האָב דאָס נעכטן געדארפט אָפּטאָן, נאָר ניט באוויזן.
-- איך װעל אײַך העלפן, -- האָט ליובע געזאָגט.
-- אויב אזוי, ביסטו דאָך, טײַערע מײַנע, וי פון הימל אראָפּגעפאלן צוליב מיר, -- האָט דער פעטער טויווי זיך דערפרייט. -- ווייסטו גאָר װאָס, ליובינקע, לאָמיר דאָס נאָך אָפּטאַן פארן ווארמעס... איצט איז אף דער פּאָטשט א קלענערע ריי. מיר װעלן גיך זיך באפרײיען.. -- און ניט ווארטנדיק, אז ליובע זאָל עפּעס זאָגן דערוף, איז ער האסטיק ארויס פון צימער, אין א װײַלע ארום ארײַנגעקומען אָנעם כאלאט, אין א זומערדיקן פּידזשאקל, אפן שפּיץ קאָפּ איז געהאנגען א העלע טיוּבעטייקע.---איז גייען מיר ליובע.. פארקלאפּן די קעסטלעך און אופ- שרײַבן די אדרעסן וועלן מיר אף דער פּאָטשט. יעדע מינוט אין טײַער!--האָט ער מיט אומ- געדולד זי אונטערגעײילט.
* 46
דער פעטער טויווי און ליובע זײַנען ארײַן אין ציין-קאבינעט, אָנגעפילט די קעסטלעך מיט צאצקעס, ארײַנגעלייגט ביכער און ביכלעך אין פּאקעטן-באנדעראָלן, גענומען דאָס אלץ אונטער די אָרעמס און געלאָזט זיך צו דער ארויסגאנג-טיר.
-- אז מע זאָגט מעשוגע --גלייב! -- האָט לאָרע ארויסבאגלייט דעם מאן, און צו ליובען האָט זי געזאָגט: -- פארגעסט ניט און קומט מיט אים צוריק. מיר דארפן דאָך עסן ווארמעס!..
13
פעליקס האָט מיט אומגעדולד געווארט לעבן רודינסקער דראמאטישן טעאטער אף לִיוֹי בען. ער האָט די בילעטן אפן ספּעקטאקל ,כאפּ זיך אוף און זינג" געהאלטן אין האנט, און א סאך מענטשן האָבן אים געפרעגט, צי ער פארקויפט זיי. ס'איז שוין געװען דער דריטער קלונג, און ליובע איז אלץ ניטאָ. װוּ האָט זי געקאָנט אהינקומען? אין אגמעסנעפעש האָט ער אויסגעשטרעקט די בילעטן צו פארקויפן, און מע האָט זיי גלײַך אויסגעכאפּט.
אין דער זעלבער מינוט האָט זיך באוויזן ליובע.
-- איך האָב זיך פארהאלטן א ביסל, -- האָט זי רוֹיִק געזאָגט.
-- איצט איז שוין ניט וויכטיק, א ביסל צי א סאך, װוּהין גייען מיר! -- האָט ער געפרעגט בא איר.
-- מיר גייען, דוכט זיך, אין טעאטער...
-- אין טעאטער האָבן מיר פארשפּעטיקט. די בילעטן האָב איך פארקויפט,
-- אָבער ס'איז פאראן בא אונדז, האָסטו געזאָגט, א באקאנטע קאָנטראָליאָרשע, א קרוי- ווע... -- האָט ליובע אים דערמאָנט.
-- שטייט זי גראָד הײַנט ניט בא דער טיר...
-- ניט געפערלעך, ס'איז עפשער אפילע בעסער, װאָס עס האָט זיך אזוי באקומען. -- האָט ליובע געזאָגט. --- איך װעל באלד גיין אהיים. דעם טאטן זע איך דאָך גאָרניט. ביז איצט בין איך געווען באם פעטער טויווי. מיר זײַנען געגאנגען אף דער פּאָטשט, דערנאָך געגעסן וואר- מעס, דער ווארמעס האָט זיך פארצויגן, און מאָרגן דארף איך ווידער זײַן באם פעטער טויווי.
-- היילן דעם צאָן?
-- דער צאָן איז שוין אויסגעהיילט... העלפן אוועקשיקן די באנדעראָלן.
-- מיר װועלן אין ערגעץ מיט דיר ניט באװײַזן, אויב דו װעסט גיין צום פעטער טויווי.
-- דו ביסט אן עגאָיִסט, פעליקס.
-- די צײַט, װאָס דו ביסט בא אים, גאנוועסטו דאָך אוועק בא מיר... ווייסטו גאָר װאָס! -- האָט ער פאָרגעלייגט.---וויבאלד אין טעאטער זײַנען מיר ניט געגאנגען, איז לאָמיר זיך דורכגיין איבער דער שטאָט. איך װעל דיר װײַזן די דענקמאָלן..
-- דענקמאָלן איז, דוכט מיר, בעסער צו קוקן באטאָג, ווען ס'איז ליכטיק.
-- אינאָװונט, בא דער שײַן פון די פּראָזשעקטאָרס, זײַנען זי נאָך שענער. און ביבלאל, איצט איז נאָך ניט נאכט...
ווירקלעך, נאכט איז נאָך ניט געווען. ס'איז געווען יון כוידעש--די סאמע לאנגע טעג. די זון האָט נאָר עטװאָס אָנגעהויבן באפארבן דעם מײַרעװ-האָריזאָנט, און כוץ דער זון, האָבן דעם הימל נאָך באלויכטן פארשײידנקאָליריקע, העלערע און טונקעלערע רויכן, וועלכע קנוילן זיך פון די טרויבן פונעם מעטאלורגישן קאָמבינאט. אפן קויבישעװו-פּלאץ, אנטקעגן טעאטער, איז א שטיק אָרט פרײ, די אװטאָבוסן און טראמװײַען דערגייען ניט אהין, און אזוי װוי אין א סטעפּ, וואקסט דאָרטן קורלי, פּאָלין. נאָר צװישן די ווילדע גראָזן שטייט א נידעריק בײַדל, ניט פון ברעזענט, ניט פון האַלץ, נאָר פון אײַזן-בעטאָן. דאָס טירל איז אָפן, און ס'מאכט אן אײַנדרוק, אז אן אָנגעפלויגענער װוינט פון סטעפּ האָט עס אָקאָרשט צעפּראלט.
-- דאָס איז אן אָנדענק די ערשטע רודינסקער אײַנװױנער, --האָט פעליקס דערקלערט.
פונעם בײַדל זײַנען פעליקס און ליובע אוועק צו אן אנדער דענקמאָל, --- צוויי בראָנזענע כעװורעלײַט מיט א בראָנזן מיידל אינמיטן ---אף א הויכן פּיעדעסטאל, ביידע מיט ארבעטס-איג- סטרומענטן אין די הענט.
-- איצט װעל איך דיר װײַזן נאָך עפּעס, --האָט פעליקס אָנגעזאָגט ליובען און מיט איר פארקערעוועט אף אן אנדער גאס. ---אין אָט דעם הוֹיז, -- האָט ער אָנגעויזן אף אן אײינשטאָ- קיקער שטוב מיט א פּאליסאדניק, ---האָט אין די יאָרן 1920 --1944 געלעבט דער ערשטער דירעקטאָר פון רודינסקער מעטאלורגישן זאװאָד ארי זעגלמאן.
ליובע איז געווען איבעראשט.
47
-- ער לעבט! -- האָט זי געפרעגט.
= גיין.
-- און די פרוי זײַנע?
-- די פרוי זײַנע לעבט. אָט לויכטן אירע פענצטער.
-- לאָמיר ארײַן צו איר, כ'וויל זי זען, כ'וויל א רעד טאָן מיט איר... -- האָט ליובע גענו- מען בעטן בא פעליקסן, אָבער פעליקס האָט ניט געװאָלט גיין.
-- ס'איז שוין שפּעט, -- האָט ער געזאָגט, ---אז מיר װעלן ארײַנגיין, װעט דער גאנצער אָװונט זײַן פארפאלן. װועסט קומען צו איר מאָרגן אינדערפרי.
-- איצט פארשטיי איך, פארװאָס אין רודינסק זײַנען פאראן אזויפיל זעגלמאנס, -- האָט ליובע א שמייכל געטאָן. -- דער דירעקטאָר האָט אמאָל ארויסגערופן צו זיך אלע קרויווים.
--- פון זײַנע קרויווים האָט ער זיך ניט אָפּגעזאָגט, -- האָט פעליקס אויך מיט א שמייכל געענטפערט, -- װער ס'האָט געװאָלט קומען, איז געקומען. און קיינער פון די געקומענע איז ניט געווען קיין ליידיקגייער, מע האָט דעם דירעקטאָר אין גאָרניט געקענט באשולדיקן. צווישן די בעסטע מײַסטערס איז געווען מאָטל זעגלמאן, איצט איז ער הויפּט-אינזשעניער. צווישן די בעסטע פּראָפּעסאָרן, װאָס גרייטן אין אינסטיטוט קאדרען פארן זאװאָד, איז געווען יאקאָװו זעגלמאן, צװישן די בעסטע דאָקטוירים, װאָס היילן די ציין בא די רודינסקער אײַנװוינער, איז געווען טויווי זעגלמאן. װאָס זשע פאר א טײַנעס האָט מען געקענט האָבן צו אים?
ריידנדיק אזוי, זײַנען זיי צוגעגאנגען צו דער גאס, װוּ עס שטייט א טאנק מיט אופגע- הויבענע ארוף-צו ברייטע רערן פון הארמאטן.
-- אין רודינסק זײַנען דאָך די דײַטשן ניט געווען, -- האָט ליובע באמערקט, אײַנקוקנדיק זיך אינעם טאנק.
-- די דײַטשן זײַנען אין רודינסק ניט געווען, אָבער די טאנקען, װאָס מע האָט געמאכט פון רודינסקער שטאָל, האָבן די דײַטשן יאָ געזען. איצט איז שוין פינצטערלעך, נאָר אויב דו וועסט זיך בעסער אײַנקוקן, װועסטו באמערקן, אז אין עטלעכע ערטער איז דער טאנק געלע- כערט. די לעכער זײַנען ניט אף דורך און דורך. דער שטאָל האָט אויסגעהאלטן די סנאריאדן, אינװייניק אין דער געבײַדע פונעם מוזיי איז דער טאנק, פארשטייט זיך, ניט ארײַן, האָט מען אים אוועקגעשטעלט אין גאס...
-- דו ביסט א גוטער עקסקורסיע-אָנפירער, --האָט ליובע געלויבט פעליקסן --דער- קלערסט אלץ אזוי גענוי.
-- און דו ביסט א גוטע צוהערערן, א נײַגעריקע עקסקורסאנטקע, --האָט ער אויך זי א לויב געטאָן. -- אין יעדן דענקמאָל, -- האָט פעליקס װײַטער גערעדט,--זע איך אונדזערע זעגלמאנס. דער פעטער איסאק האָט געארבעט אפן קאריער, פונוואנען מע באקומט ארויס דאָס ארץ.
-- אָבער צו דעם קאריער, מיין איך, װעסטו מיך איצט ניט פירן, -- האָט ליובע געזאָגט.
גייענדיק צוריק פון די דענקמאָלן, זײַנען זיי ווידער דורך פארבײַ דעם דראמאטישן טעאטער. די לאָמפּן זײַנען געווען אױיסגעלאָשן. די טירן -- פארמאכט. דער ספּעקטאקל האָט שוין מיט א שאָ צוריק געהאט זיך געענדיקט. אזוי גיך, אומבאמערקט איז דורך דער אָװנט. פעליקס האָט װוידער, אזוי װוי נעכטן, געװאָלט גיין צופוס צום האָטעל, נאָר ליובע האָט זיך אנטזאגט, עס טוען איר וויי די פיס, --- האָט זי געזאָגט. אפן קויבישעװיפּלאץ האָבן זיי זיך ארײַנגעזעצט אין א האלב-ליידיקן טראמװײַ און אוועקגעפאָרן אפן לינקן ברעג, און אויך אזוי וי נעכטן זײַנען זיי דערנאָך געשטאנען באם ארײַנגאנג אין האָטעל. פעליקס האָט ניט גע- װאָלט אזוי גיך אוועקגיין.
-- לאָמיר ארײַנגײן צו דײַן טאטן, -- האָט ער פאָרגעלייגט. -- איך בין דאָך מיט אים נאָך ניט באקאנט,
-- מאָרגן װעסטו זיך באקאנען. איצט האָט ער זיך שוין, מיסטאמע, צוגעלייגט, ---האָט זי אים אָפּגערעדט.
-- איך װאָלט מיט דיר דאָ געשטאנען די גאנצע נאכט, -- האָט פעליקס געזאָגט. --- כ'ווייס אליין ניט, מיט װאָס דו האָסט מיך אזוי צוגעצויגן. אין דער ערשטער מינוט נאָך דעם, וי מיר װעלן זיך צעשיידן און איך װעל אועקגיין, װעל איך אָנהייבן בענקען נאָך דיר.. זאָג מיר, װאָס דו װוילסט, איך זאָל טאָן פאר דיר. זאָג, אז איך זאָל צערײַסן די דיסערטאציע, איבער וועלכער איך האָב געארבעט יאָרן נאכאנאנד, און כ'וועל זי צערײַסן..
-- קיין קליגערע אײַנפאלן קומען שוין דיר ניט אפן זינען?--האָט ליובע געלאכט.
ער האָט זי שטארק, מיט אימפּעט צוגעצויגן צו זיך און גענומען קושן. עס איז פאר- בײַגעגאנגען א מאנצבל, ליובע האָט געגעבן א שטויס אָפּ פון זיך פעליקסן.
3---35 48
-- דו ביסט גאָר בלינד, מענטשן גייען דאָך...
-- קום זשע ארײַז אין סקווערל, -- האָט ער געבעטן. -- ס'איז אזא גוטער אָװנט, לאָמיר נאָך א ביסל אן עטעם טאָן מיט פרישער לופט.
-- האָסט דאָך אליין געזאָגט, אז די לופט איז דאָ א שווערע, פול מיט רויך..
-- יאָ, יאָן טאקע א שווערע, -- איז ער מאסקים געווען. --אָבער ס'מאכט ניט אויס. איך פיל זי ניט...
ליובע האָט אויסגעשטרעקט איר האנט צום געזעגענען זיך און געמוזט זי דערנאָך מיט קראפט ארוױיסרײַסן פון זײַנער. ער האָט זי װוידער א צי געטאָן צו זיך, געקושט און געשעפּ- טשעט:
-- האָסט, מײַן טײַערע, אין רודינסק א סאך קרויווים, אָבער דער בעסטער קאָרעוו בין איך...
14
-- איך האָב געקראָגן אלץ, װאָס מע דארף, --האָט זעליק זעגלמאן אָנגעזאָגט ליובען, ווען זי האָט זיך אומגעקערט אין האָטעל און איז ארײַן צו אים אין צימער.-- מאָרגן פאָרן מיר אוועק,
ליובע איז גאָר ניט געווען אנציקט פון אָט דער נײַס.
-- שוין, מאָרגן? אזוי גיך?
-- בא דיר הייסט דאָס גיך? איך בין גענוג זיך אָנגעלאָפן אָבער, דאנקען גאָט, דער וואגאָן מיט מעטאל איז אָנגעלאָדן און ער שטייט אף דער סטאנציע. מער האָבן מיר דאָ ניט װאָס צו טאָן. איך האָב דאָ אלץ פארענדיקט.
-- און איך, טאטע, האָב נאָך ניט פארענדיקט...
-- דו האָסט נאָך ניט פארענדיקט? װאָס האָסטו דאָ צוֹ ענדיקן?---האָט זעליק זיך געװוּנדערט.
-- דו האָסט, טאטע, געזוכט מעטאל, איך האָב געזוכט... קרויווים. איצט ווייסן מיר, אז מיר האָבן קרויווים אין רודינסק. און ניט ווינציק..-- ליובע האָט פארבויגן א פינגער פון דער רעכטער האנט. -- אָט נעם איך ציילן: איינס...
-- מע דארף זאָגן -- ניט איינס, -- האָט זעליק פאריכט.
-- ניט איינס, -- האָט ליובע איבערגעכאזערט, ---כ'וועל אָנהױבן פון דער סאמע עלטס- טער, די באָבע מינע. זי איז אלט צוויי און אכציק יאָר. דו מוזסט זי זען, און מאָרגן װועלן מיר גיין צו איר אהיים. א װוּנדערלעכע קרויווע.
-- דו ביסט זיכער, אז זי איז אונדזערע א קרױיװוע! -- האָט זעליק געצווייפלט, -- עס פאלן זיך טאקע צונויף די נעמען פון די זיידעס, פון די באָבעס, פון די מומעס, פון די פעטערס, װאָס איך האָב דיר אָנגערופן און דו האָסט זיי פארשריבן אין דײַן בלאָקנאָט?
-- אין בלאָקנאָט האָב איך, טאטע, ניט ארײַנגעקוקט: כ'האָב פארגעדענקט אף אס װײיניק. די באָבע איז זייער א גוטע באָבע. זי האָט מיר דערציילט איר גאנצע ביאָגראפיע, און דערנאָך, אזוי וי מיט אן אייגן אייניקל, זיך צעקושט מיט מיר...
-- איך געדענק גאָר ניט, אז עמעצער פון אונדזערע זאָל האָבן געהייסן מינע. אָבער זאָל שוין זײַן, װי דו ווילסט, זאָל זײַן, אז א באָבע האָסטו געפונען, -- האָט זעליק צוליב געטאָן ליובען און איר נאָכגעגעבן. -- נו, און װײַטער? וועמען האָסטו נאָך געפונען?
--- װײַטער, -- איר זון, מארק, דעם הויפּט-אינזשעניער פון זאװאָד. ס'איז דאָך קלאָר, װי- באלד די באָבע מינע איז אונדזערע א באָבע, איז איר זון אויך אונדזערער אן אייגענער. און אז ער איז זייער א גוטער מענטש, ווייסטו שוין אליין. דאָס האָט ער דיר דאָך געהאָלפן קריגן די טרויבן פון זאװאָד,
-- עס הייבט זיך ניט אָן, -- האָט זעליק א מאך געטאָן מיט דער האנט. --- איך בין צו אים אפילע ניט געגאנגען. כ'האָב אלץ געפּױעלט אָן אים.
-- איז נאָך בעסער, װאָס דוֹ ביסט זיך באגאנגען אָן אים, --- איז ליובע געווען זייער צו- פרידן. -- מע װאָלט אים געקאָנט באשולדיקן, אז ער נוצט אויס זײַן לאגע צוליב די קרויווים. האָבן מיר שוין צוויי, -- זי האָט פארבויגן א צווייטן פינגער אף דער האנט.
-- ניט צוויי, --- האָט זעליק ווידער פאריכט.
-- יאָ, ניט צוויי... װײַטער --- איז ניט דרײַ... דער באָבע מינעס אייניקל און דעם פעטער מארקס זון -- מע רופט אים פעליקס...
49
-- פון אים האָסטו געדארפט אָנהויבן.. ער איז, דוכט זיך, דיר געפעלן מער פון אלע אנדערע קרויווים?
-- פעליקס איז אויך א גוטער, -- ליובע האָט זיך פארויטלט, אָבער די אויגן ניט אוועקי גענומען, זי האָט געװאָלט זען דעם אײַנדרוק, װאָס אירע ווערטער װעלן מאכן. --יאָ, ער איז מיר געפעלן, טאטע, -- האָט זי צוגעגעבן און איז נאָך מער רויט געװאָרן.
א ווארעמער, א ליבער געפיל כאפּט זעליק זעגלמאנען ארום, ווען ליובע ברענגט ארויס דאָס װאָרט , טאטע". װאָס קאָן זײַן ליבער, טײַערער פאר א מענטשן, וי דאָס דאָזיקע װאָרט, װאָס דערמאָנט אים, אז ער האָט אן אייגענעם, א נאָענטסטן מענטשן. ער איז ניט עלנט, ער איז א טאטע. ער האָט א טאָכטער!
אף זײַן לעבן האָט ער ניט ארויסגעבראכט פונעם מויל פאר ליובען, אן זי איז ניט זײַן טאָכטער, אָבער ער ווייסט, אז זי ווייסט וועגן דעם, זי האָט געהערט פון אנדערע, װאָס האָבן איר אױיסגעזאָגט דעם סאָד, און עפשער האָט זי שוין דאָס געװוּסט נאָך דאן, וען זי איז געווען א פיריאָריק קינד? גלײַך פון אָנהײב, ווען ער האָט זיך באוויזן בא אנפיסען אין שטוב, האָט ליובע זיך א צי געטאָן צו אים. עס האָט זיך פון איר קינדערש הארץ ארויסגעריסן ,טא- טע", און ער אין געװאָרן איר טאטע. צוליב איר האָט ער אָט די אלע יאָרן געלעבט. אלע זײַנע געדאנקען, אלע זײַנע זאָרגן, אלע זײַנע איבערלעבונגען האָבן זיך דורכגעפלאָכטן מיט איר לעבן, מיט אירע זאָרגן, מיט אירע איבערלעבונגען. ווען ער איז אוועקגעפאָרן מיט לִיו- בען פון דאָרף, האָט ער זיך באקאנט מיט א פרוי, װאָס איז אים געווען געפעלן, ער האָט שוין געװאָלט כאסענע האָבן, איז אָבער די פרוי ניט געפעלן געװאָרן ליובאָטשקען. ווען יענע פלעגט זיך באװײַזן אין שטוב, איז דאָס מיידעלע געװאָרן ניט צו דערקענען. אף אלע אויפא- נים האָט זי ארויסבאוויזן איר אומצופרידנקײַט--ניט געפאָלגט, ווען מע האָט זי עפּעס גע- בעטן טאָן, גערעדט אנטקעגן, געזעסן אן אָנגעבלאָזענע אָדער געװויינט אף א קאָל. און איינ- מאָל, נאָכדעם וי די פרוי איז אוועק, האָט אים ליובע געמאָלדן:
-- איך זאָל זי דאָ מער ניט זען, אָדער איך װעל אוועקגיין פון שטוב!
ער האָט געדארפט אױסקלײַבן, און ער האט אויסגעקליבן. אָבער װאָס מער ליובע איז אונטערגעוואקסן, מיידלש פאנאנדערגעבליט זיך, אלץ מער איז די ליבע צום קינד אריבער- געוואקסן אין א ליבע, װאָס ער האָט מוירע אפילע פאר זיך אליין א טראכט טאָן וועגן דעם, ארופברענגען אפן געדאנק. איז ער דען ניט באלוינט שוין דערמיט נאָר אליין, װאָס ליובע איז אויסגעוואקסן בא אים אזא שיינע, אזא שטאלטנע מיידל? דארף ער דען זיך ניט פרייען, װאָס זי נעמט אויס און באָכערים פארליבן זיך אין איר?
,זאָל זי כאסענע האָבן, און א סאָף, זאָל זי אװעקפאָרן און לאָמיך זי ניט זען. פונדער- װײַטנס װעט מיר זײַן גרינגער, מײַן נארישער כאָלעם װעט דאן פארשווינדן?.. ---אזוי רעדט ער, זעליק, צו זיך אליין. דער מויעך איז ניכטער בא אים, אָבער דאָס הארץ איז פארשי- קערט. דאָס הארץ איז בלינד און מורמלט וועגן עפּעס אנדערס. , איך האָב זי ליב געהאט, וי דער טרײַסטער פאָטער, איך װאָלט זי ליב געהאט, וי דער טרײַסטער מאן..". ער טוט א קוק מיט א דערשראָקענעם בליק אף ליובען, צי האָט זי ניט איבערגעלייענט זײַן אומגעלומ- פּערטן, לעפּישן געדאנק, דעם ווילדן טרוים, װאָס דארף ניט און װעט קיינמאָל ניט מעקוּיעם ווערן. ניין, לוט ליובעס פארטראָגענעם אויסדרוק אף איר פּאָנעם זעט ער, אז זי טראכט ניט וועגן אים, זי טראכט וועגן עפּעס אנדערס.
-- אויב דו ווילסט נאָך ניט פאָרן, איז בלײַב, -- האָט ער זיך אָנגערופן צו איר,
-- כ'וויל אָבער, טאטע, אז דו זאָלסט זען...
-- וועמען? פעליקסן? -- האָט זיך ארויסגעריסן בא אים.
-- פארװאָס נאָר פעליקסן? מיר האָבן דאָך נאָך קרויווים. האָסט ניט געזען דעם פעטער טויווי, זײַן פרוי... ביסט גאָר גלײַכגילטיק. און דו אליין האָסט דאָך געטײַנעט די גאנצע צײַט, אז דו ביסט עלנט...
-- איצט װעל איך זײַן נאָך עלנטער, -- האָט ער געזאָגט מיט אן אומעט אין קאָל.
-- רייד ניט אזוי,. טאטע. כ'פארשטיי ניט, פארװאָס דו ביסט פארומערט.-- זי האָט אים ארומגענומען און א קוש געטאָן, װי עס קושט א קינד א טאטן, ווען סוויל, אז ער זאָל זיך ניט בייזערן, אָדער ווען ס'דארף עפּעס-װאָס בא אים פּױעלן.
-- דו ביסט א גוטע, א געטרײַע, א וילע טאַכטער, --האָט ער זי אויך א קוש געטאָן אין באק. -- גי שלאָפן, ליובינקע, א גוטע נאכט.
-- א גוטע נאכט, טאטע.
0
15
קיין איין אגענט פאר באזאָרגונג, קיין איין ,טאָלקאטש? האָבן נאָך קיינמאָל ניט ארויס- באגלייט אזויפיל מענטשן און מיט אזא קאָװעד, װי זעליק זעגלמאנען. דער ואגאָן מיט די טרויבן און רולאָנען איז נאָך דערװײַל געשטאנען אֹף א זײַטיקער, פארוקטער פּאָר רעלסן, אָבער הײַנט נאָך װעט מען דעם וואגאָן צוקייטלען צו א פראכט-צוג אפן מאגיסטראלן אײַזנ- באן-וועג און ער װועט זיך אװעקטראָגן קיין מוראוועל, װוּ מע קוקט אף אים ארויס. און אויך הײַנט, טאקע באלד שוין, דארף אָנקומען דער פּאסאזשיר-צוג, וועלכער װעט אָפּפירן אין דער זעלבער ריכטונג זעליק זעגלמאנען.
אפן װאָקזאל האָט די באָבע מינע, אין איר יאָמטעװדיקער גרינער קלייד און מיט דער זײַדענער שאל אפן קאָפּ, אײַנגעטײַנעט מיט זעליקן, אז אזוי טוט מען ניט, מע פאָרט ניט אוועק, ביז מע איז כאָטשבי אײינמאָל ניט געווען בא איר צוגאסט און מע האָט זיך ניט דורכגערעדט. דער פעטער טויווי מיטן טשעמאָדאן אין האנט, מיט וועלכן ער צעשיידט זיך קיינמאָל ניט, װײַל װוּ ער גייט ניט, האָט ער אין זינען זײַנס --אונטערוועגנס עפּעס קויפן אוועקצושיקן זײַנע אָנצאָליקע אדרעסאטן, -- דער פעטער טויווי האָט זעליקן איין מאָל און א צווייט מאָל געדריקט די האנט, באקאנט געמאכט מיט איינעם פון זײַנע זין און מיט זײַן טאָכטער, וועלכע זײַנען אויך געקומען אפן װאָקזאל. ער האָט שטארק געלויבט ליובען
-- א גליקלעכער טאטע. אײַער ליובע איז א גאָלדן קינד.
מארק לװאָװיטש, דער הויפּט-אַינזשעניער, איז געקומען צו פאָרן אף א ,װאָלגע", ווען דער צוג איז שוין געווען אף דער סטאנציע. ער האָט געהאט צו זעליקן די זעלבע טײַנע, װאָס עס האָט געהאט די מאמע זײַנע, מינע.
-- אזוי גיך פאָרט איר שוין אוועק און צו מיר אפילע ניט ארײַן? כ'וועל אײַך זאָגן דעם עמעס, -- האָט ער צוגעגעבן פרײַנטלעך-אָפּנהארציק. --,,טאָלקאטשן" האָב איך ניט ליב, אָבער אלס דעם פאָטער פון אזא וווילער טאָכטער...
פעליקס איז ניט אָפּגעטראָטן פון ליובען, אזוי װי ער װאָלט מוירע געהאט, אז אין דער לעצטער רעגע װעט זי ענדערן דעם באשלוס אירן צו בלײַבן אין רודינסק אף נאָך א װאָך, זי וועט ארײַנשפּרינגען צום טאטן אין וואגאָן און אויך אװעקפאָרן.
ווען דער צוג האָט זיך גערירט פון אָרט, האָט זעליק זעגלמאן געקוקט דורכן ואגאָן- פענצטער אף ליובען און פעליקסן. זיי האָבן געפאָכעט צו אים מיט די הענט. דערנאָך האָט ער געזען, װי פעליקס האָט גענומען ליובען אונטערן אָרעם און זיי זײַנען אװעק איבערן פּעראָן צו דער טיר פון װאָקזאל. קעדיי צו פארטרײַבן די איבעריקע געדאנקען, װאָס האָבן אים ניט געלאָזט צורו, האָט זעליק ארויסגענומען דעם בלאָקנאָט פון קעשענע און אָנגעהויבן מאכן די כעזשבוינעס, װאָס האָבן א שײַכעס צו דער איצטיקער קאָמאנדירונג זײַנער אין דער שטאָט רודינסק...
שמועל גאַרדאָו
איז געװען אמאָל א פאסטעבל...
אָס לעצטע מאָל בין איך אראָפּי געשטיגן אף דער דאָזיקער סטאנ- ציע מיט א יאָר זעקס אן ערעך צוריק. און כאָטש כ'האָב נאָך מיט יאָרן פריַער, בייס מײַנע אָפּטע אראָפּפאָרן אהער, שוין װײיניק-װאָס גע- טראָפּן פון דעם, װאָס עס האָט מיך געהאט דאָ באגעגנט אינעם װײַטפארגאנגענעם סאָף הארבסט, װען דער פארשנייטער מאָסקװער צוג האָט מיך צום ערשטן מאָל אראָפּגעבראכט אהער און אף א לענגערער צײַט געמאכט פאר א טוישעוו פונעם קרימער סטעפּ, דאָך פיר איך זיך הײַנט אוף, וי כ'זאָל עס געווען האָבן אלץ פארגעסן און בין, הייסט עס, אינגאנצן ניט צו- געגרייט דערצו, אז כ'וועל דאָ קימאט גאָר ניט דערקענען. דאָס מאכט מיך ביסלעכװײַז ענלעך צו דעם געוועזענעם אלטן איבערוואנדערער, וועלכן כ'האָב דאָ פאָריקס מאָל געטראָפן. אכט און דרײַסיק יאָר, פונעם טאָג, ווען ער האָט זיך פונדאנען עוואקוירט אָנהייב מילכאַמע, איז ער ניט געווען הי. אראָפּגעבראכט האָט אים דאן אהער פון דער װײַטער שטאָט קוּיבישעו, װוּ ער װוינט, זיך זען מיט זײַן פריערדיקער היים, די טיפע בענקשאפט מיט וועלכער ס'האָט אים, זעט אויס, באזאָרגט אפן גאנצן לעבן דער קרי- מער סטעפּ. איך זוך הײַנט אויך, װוי דער קוּי- בישעווער דענסטמאָל, כאָטש איך בין געווען הי ניט אזוי לאנג צוריק --זעקס יאָר זײַנען ניט קיין אכט און דרײַסיק יאָר, -- שפּורן פון יענער - לאנגפארגאנגענער צײַט. און פּונקט, װי ער, דעמלט, אזוי בין איך הײַנט, דאכט זיך, אויך דער איינציקער צװישן די ארויסגעשטיגענע
52
פּאסאזשירן, וועלכער אײַלט זיך ניט פארלאָזן די פּלאטפאָרמע, נאָר ווארט אויס, ביז דער לעצטער ואגאָן פונעם אועקלויפנדיקן צוג ווארפט זיך ארײַן אינעם נעפּל פונעם זוניק- אופגייענדיקן באגינען. און געוויס בין איך הײַנט אויך דער איינציקער צװישן די פּאסא- זשירן, װאָס האָט זיך דערפרייט, אָנטרעפנדיק אינעם װאָקזאלכל איינע פון יענע ברינע שווערע בענק מיט די האלב-פארקײַלעכיקטע רוקנס, װאָס האָט מיר ניט איין מאָל געדינט פאר א נאכטלעגער בייסן איבערווארטן די רעגנס, וועלכע פלעגן פארקנעטן דעם סטעפּ אין א געדיכטער קלעפּיקער בלאָטע --א פוס ניט ארויסצושלעפּן. נאָר דעמלט איז די זעלבע באנק, װי אלע איבעריקע אזעלכע בענק, גע- שטאנען מעיוכעסדיק אױבנאָן. איצט שטייט זי בא דער סאמע טיר. טראָג זי ארויס, װעט עס קיינער ניט באמערקן. און קיינער װעט נאָך איר זיכער ניט בענקען.
דאָס וויפלטע יאָר שוין, וי אָט די סטאנציע האָט געביטן איר נאָמען. וייניקיווער אפילע פון די היגע אײַנװוינער געדענקט שוין איצט, אז די סטאנציע , אוראָזשײַנע? האָט פריַער גע- הייסן קורמאן-קעמעלטשי. ניט אזוי גיך און ניט אזוי פּאָשעט געװוינט מען זיך צו צו אן איבערגעאנדערשטן נאָמען. מע דארף דערצו, אפּאָנעם, זײַן א לענגערע צײַט א היגער. איך בין דאָך אָבער א געוועזענער טוישעו, װאָס קומט אהער אראָפּ איין מאָל אין פינף --זעקס יאָר, דערצו נאָך אף עטלעכע טעג. און אויסער אלעם, זײַנען פאר מיר די היגע איבערגעאנ- דערשטע נעמען --קורמאןיקעמעלטשי, טאש- ליק-דאיר, בייוק-אָנלאר, טאגאנאש, סאראבוז, דזשאנקוי, סאקי, קאָלײַ און נאָך און נאָך-- ניט בלויז נעמען פון סטאנציעס און פּאָלוסטאנ- קעס, נאָר קאפּיטלען פון דער געשיכטע:
,ייִדישע סטעפּ?.
און װײַל אויך די סטאנציע, אף וועלכער איך בין הײַנט אראָפּגעגאנגען, איז פאר מיר א קא- פּיטל פון דער דאָזיקער געשיכטע, לאָז איך זיך ניט אוועק אינעם בארימטן, מיטן לענין-אָרדען באלוינטן קאָלװירט ,פעלקער-פרײַנטשאפט", װאָס איז פונדאנען מאמעש מיט דער האנט צו דערלאנגען, נאָר איך גי אין דער פארקערטער ריכטונג, אהין, װוּ דער וועג פירט צום קאָל- ווירט , ראָסיא", וועלכער איז אויך בארימט און איז אויך באלוינט מיט א לענין-אָרדען. מעג- לעך, אז אין קאָלװירט , פעלקער-פרײַנטשאפט" לעבן איצט ניט װייניק ייַדישע מישפּאָכעס. נאָר דער דאָזיקער קאָלװירט, װוּ דער פאָרזיצער איז איינער פון די ערשטע ייִדישע איבערוואנ- דערער אפן קרימער סטעפּ, דער העלד פון סאָ- ציאליסטישער מי עליע יעהודין, מיט װעמען איך קען זיך נאָך פון יענער װײַטיװײַטער צײַט, ווען ער איז געווען נאָך גאָר א יונג באָ- כערל, קיין זיבעצן יאָר אפילע ניט אלט, איז אָבער קיינמאָל ניט געווען קיין איבערוואנדע- רישער, בייס , ראָסיָא?, װוּ דער פאַרזיצער איז דער העלד פון סאָציאליסטישער מי וולאדימיר איוואנאָוויטש קריװאָראָטאָוו,. באשטייט קימאט דורכויס פון געוועזענע ייַדישע ייִשוּים. אֹף איינעם פון זיי, וועלכער האָט נאָך דער מיל- כאָמע, צוזאמען מיט נאָך פינף ייִדישע ייַשוּי ווים, זיך פארייניקט מיט א פּאַר בײַליגנדיקע רוסישע און אוקראינישע דערפער אין איין גרויסן קאָלװירט, האָב איך א לענגערע צײַט געװווינט. ראטנשטאדט האָט דעמלט געהייסן דאָס דאָרף. איצט רופט זיך עס קלימאָווע.
אוואדע גייט מער אונטער דער נאָמען קראסנאָגווארדייסק פאר דעם גרינעם, פארבויטן מיט נײַע הײַזער און מויערן ראיאָנעם צענטער, װי דער פריערדיקער נאָמען זײַנער קורמאן, וי ער האָט זיך גערופן, ווען עס איז געווען א שטעטל פון עטלעכע שטױביקע גאסן און געס- לעך מיט נידעריקע הײַזלעך, און האָט, דאכט זיך, ניט פארמאָגט קיין איין רעכטן בוים אֹף צו באשיצן זיך פון דער סאקאָנעסדיק-הייסער זון און פון די אָפט אָנפליענדיקע װינטן. נאָר סײַװוי פיר איך זיך אוף אויך דאָ, װי א װײַלע פריַער אף דער פּלאטפאָרמע און אינעם װאָק- זאלכל.
ניט צום ערשטן מאָל פארפירט מיט מיר דער זיקאָרן, בייס מײַנע רײַזעס איבער די היימיש- נאָענטע און הארציק ליבע מעקוימעס, די דאָ- זיקע שפּיל-- ער פארלאנגט פון מיר, איך זאָל אופשטעלן פאר מײַנע אויגן דאָס, װאָס איז געווען און פארשוונדן. דערמיט,. װאָס דער זיקאָרן נויט מיך, איך זאָל פון אָנפאנג פאר- שטעלן פון זיך דאָס נײַיאופגעקומענע, איז ער
איבערוואנדערער אפן קרימער
אויסן ניט נאָר אופֿװעקן אין מיר די בענק- שאפט, אז כזאָל ניט פארגעסן דעם אוועקגע- גאנגענעם נעכטן, נאָר איך זאָל דורך דעם, װײַזט אויס, טיפער און ברייטער דערזען און באנעמען דעם הײַנט. אזוי איז זיך באגאנגען מיט מיר דער זיקאָרן, בייס מײַנע רײַזעס מיט פיל יאָר צוריק איבער די געוועזענע ייִדישע ילִשוּווים פון קרים, דערנאָכדעם מיט יאָרן שפּע- טער, איבער די געוועזענע ייִדישע שטעטלעך, און אזוי פירט ער זיך איצט אוף מיט מיר, פּונקט איך זאָל געווען אראָפּקומען אהער פאָר- זעצן די ניט דערשריבענע סעריע רײַזעיביל- דער פון דער ניט-דערשריבענער געשיכטע: ,ייִדישע איבערוואנדערער אפן קרימער סטעפּ?.
איך האָב זיך אָבער דאָס מאָל אראָפּי געכאפּט אהער פּאָשעט זען זיך מיטן דאָרף, װוּ כ'האָב אמאָל געװוינט, װי איך כאפּ זיך פון צײַט צו צײַט אראָפּ אין מײַן געבורטשטאָט קאָוונע, אינעם שטעטל פון מײַן קינדהליט--פּאָ- גרעבישטשע, אין דער שטאָט פון מײַנע ייִנגל- שע יאָרן -- פּאָלטאװע. אָבער איך וער זיך ניט, איך לאָז דעם זיקאָרן אף א קורצער צײַט פארשטעלן פון מיר קראסנאָגווארדייסק און מיך ארומפירן איבער קורמאן.
איידער איך קום נאָך צו צו דעם נײַעם מוי- ער אין אָנהייב פון דער ברייטער גאס, שטעלט אוף פאר מיר דער זיקאָרן בערנשטאמס פאר- שװװוּנדן אײַנגעהויקערט שטיבל, װאָס איז יאָרג- לאנג געווען א מין אכסאניע פאר די ייִדישע איבערוואנדערער פון די ארומיקע ייִשׁוּווים. איך האָב אויך ניט איינמאָל גענאָסן פון זײַן האכנאָסעס-אָרכים א טאָג, און צוויי, און דרי נאָכאנאנד, װען די רעגנס פלעגן צעשװענקען דעם וועג ניט צו דערקלײַבן זיך אין קיין ייִשעוו -- ניט צופוס, ניט רײַטנדיק.
אָנשטאָט די מאשינעס, װאָס טראָגן זיך אום הין און הער איבער די ברייטע אספאלטירטע גאסן, כאָטש פיר דאָ אײַן, װי אין שטאָט, סווע- טאָפּאָרן, נויט מיך דער זיקאָרן, כ'זאָל דערזען פאר זיך די פארשוווּנדענע דורכפאַרנדיקע װוע- גענער און בעדארקעס און די געדיכטע װאָלקנס שטויב, וועלכע זיי לאָזן הינטער זיך. איך גיב נאָך דעם זיקאָרן, און אָנשטאָט צו פארקערעווען אף רעכטס און גיין מיט דער לאנגער גרינער גאס, וועלכע פירט צום ברייטן אספאלטירטן שאָסײ, פונוואנען עס גייט אָפּ עטלעכע מאָל אין טאָג אן אװטאָבוס קיין ראטנשטאדט, וי איך בין ביז איצט געװוינט צו רופן דאָס דאָרף קלימאָװוע, -- נעם איך זיך גאַר לינקס, לאָז זיך אהין, װוּ אין סאמע סאָף גאס איז אמאָל גע- ווען די נאפט-באזע. אין אזא זומערדיקן אינ- דערפרי, װי הײַנט, האָט מען אין יענע יאָרן געקאָנט שטענדיק דאָרט טרעפן א קאָלויר- טישן װאָגן, מיט וועלכן מע האָט פאר צוויי-
3
דריטהאלבן שאָ זיך דערקליבן אהיים. ווייס איך דאָך אָבער פון די פּריערדיקע מאָל, אז קיינער פאָרט שוין איצט ניט אהין ניט אף װעגענער, ניט אף בעדארקעס. ס'איז שוין, דאכט זיך, בי- כלאל ניט פארבליבן קיין זייכער פון וועגענער און בעדארקעס, פּונקט װי פון די שטערנשווי- צער.
דער אופגעוואכטער זיקאָרן פירט מיט מיר אָט די שפּיל אויך נאָכדעם, ווען איך זיץ שוין אין אװטאָבוס, װאָס טראָגט זיך איבערן גלאטן אספאלטירטן שאָסײי,. װעלכן עס באשיצן פון דער בלענדנדיקער זון הויכע, שלאנקע טאָ- פּאָלן. קילאָמעטער נאָך קילאָמעטער לויפן זי נאָך דעם אװטאָבוס, און צוזאמען מיט זיי לויפן נאָך פון ביידע זײַטן שליאך סעדער און װײַנ- גערטנער. דעם אספאלטירטן שאָסיי גייט דער דרויסן שוין איצט אינגאנצן ניט אָן, אים איז אלציינס, צי עס שײַנט די זון, צי עס גיסט א רעגן. ער לאכט פונלאנג זיך שוין אויס פון די רעגנס און בלאָטעס.
זיצנדיק אזוי באם אָפּענעם פענצטערל פונעם אװוטאָבוס, פארשטעלט פון מיר מיטאמאָל דער זיקאָרן די הויכע זון, דעם בלויען הימל, די פארבײַלויפנדיקע פעלדער, סעדער און װײַנ- גערטנער, און איך דערזע פאר זיך יענעם לאנג פארגאנגענעם סאָףיהארבסטיקן פארנאכט, װאָס האָט מיך דאָ באגעגנט בא (מײַן ערשטן אראָפּי קומען אהער. איך זיץ אף א װאָגן, װאָס שפּרינגט איבער די הרודעס פארפרוירענע ערד שוין העכער א שֹאָ און אויסער נאקעטן סטעפּ און נאקעטן הימל זעט מען גאָר ניט. ביסלעכ- װײַז רוקט זיך אָן די נאכט. דער שווארצער הימל לאָזט זיך אראָפּ אלץ נידעריקער און ני- דעריקער, גיסט זיך צונויף מיטן סטעפּ. דער כוישעך ברענגט מיט זיך צו טראָגן דעם אומעט פון אן אמאָליקן שאבייסצונאכטס. צוזאמען מיטן ערשטן שטערן, װאָס האָט א פינקל געטאָן אינעם שווארצן הימל, האָבן א װוּנק געטאָן אין דער נידער עטלעכע צעשאָטענע פּײַערלעך, נאָר גלײַך ניט געװאָרן. ווען זי האָבן אין א שטיקל צײַט ארום פונסנײַ זיך באויזן און ארויס אונדז אנטקעגן, האָב איך בא זייער שײַן דער- זען פאר זיך א ייִשעװ ---צוויי לאנגע, היפּש דערװײַטערטע איינע פון דער אנדערער, גאסן אָן איין הייפל, אָן איין ביימל. נאקעטע הײַזער מיט טשערעפּיצענע דעכער. לעבן די לענגלעכע שטאלן צװוישן ביידע גאסן האָט מען בא דער שײַן פון קעראָסינעווע האנט-לאמטערנס גע- דראָשן. באיאָרטע ייִדן מיט פארשטויבטע אויגן און בערד האָבן זיך געייסעקט בא דער דרעש- מאשין, און אין דער הייך אף דער סקירדע האָבן מיט היייגאָפּלען אין די הענט זיך פריי- לעך געמאכט בא דער ארבעט יונגע באָכערים. דער ייַדיש, אף װעלכן מע האָט זיך דורכגע-
4
רעדט, איז געווען א געמישטער --א סמאָלענ- סקער און א וויניצער. דער רייעך, װאָס דאָס פראָסטיקע ווינטל האָט פארשלעפּט מיט זיך אהער פון די שטיבער, איז אויך געווען א גע- מישטער: א רייעך פון ראַָשטשינע און געזל- ערטע קאווענעס.
מיט װאָס האָט מען זיך פארענטפערט, פאר-
װאָס מע דרעשט אזוי שפּעט,. סאיז דאָך שוין באלד וינטער, זאָגט זיך אָפּ דער זיקאָרן קומען מיר צוהילף. צי װיל ער
מיר דערמיט ניט זאָגן, װי פארגיט מען עס אזוינע פראגן מענטשן, וועלכע האָבן זיך נאָך רעכט ניט אויסגעלערנט שפּאנען א פערד, גיין נאָכן אקער, קאָנען נאָך אפילע רעכט ניט אונ- טערשיידן א זאנג ווייץ פון א זאנג גערשטן.
דעם אװטאָבוס גייט ניט אָן, װאָס איך פאר- האלט זיך געדאנקלעך אפן צווייטן ערד-כיילעק פון יענער צײַט. אָבער ער ברענגט מיך אויך צום אלעם ערשטן אראָפּ אפן זעלבן צוייטן ערד-כיילעק, װאָס איצטער הייסט ער ,װאָס- כאָד" און איז דער צענטער פונעם קאָלװירט , ראָסיא?.
אין וועלכן פון די פינף ייִדישע ייִשוּווים פו" נעם דעמלטיקן ייִדישן ראטנדאָרפער דאָרפסראט מע זאָל ניט געווען פאָרן פון קורמאן האָט מען ניט געקאָנט אױיסמײַדן דעם צווייטן ערד- כיילעק, וועלכער ליגט אפן רעכטן מיטן וועג פון דער סטאנציע. איך בין דאָ איַן יענע װײַטע יאָרן, און אויך פיל שפּעטער, אָן א שיר מאָל געווען, האָב דאָ אלעמען געקענט. ניט געווען, דוכט מיר, די שטוב, װוּ איך זאָל ניט זײַן. צי דען איז פון יענע הײַזער קיין זייכער ניט פאר- בליבן, װאָס איך דערקען ניט דעם ייִשעװ? ,װאָסכאָד" איז גיכער ענלעך אף א װוינקל פון א שטאָטישן מיקראָראיאָן, איידער אף א דאָרף. איך סאָפּעק אָבער, צי עמעצער פון די פארבלי- בענע ייִדישע קאָלװירטניקעס איז אײַנגעגאנגען זיך אריבערקלײַבן פון זײַן אלטער װײַסיגע- קאלכטער שטוב מיטן געדעקטן טשערעפּיצע- נעם דאך אין אָט די פיר- און פינפשטאָקיקע מויערן מיט די באלקאָנען-לאַדזשיִעס, כאָטש מע האָט דאָ אלע װױלקײַטן, װי אין א שטאָטישער דירע. מע הערט אָבער אוף פילן אין די דאָזיקע מויערן, אז מע װוינט אין דאָרף און ניט יעדע- רער קאָן דערוף אײַנגיין, ביפראט די קאָל-י ווירטניקעס, וועלכע געהערן צו א דאָר, װאָס האָט אײַנגעזאפּט אין זיך דעם רייעך פונעם סטעפּ ניט פון קיין באלקאָנען, נאָר נאָכגײענ- דיק נאָכן אקער, זיצנדיק אף א לאָבאָגרײקע. בעפיירעש. װוּ זײַנען עס די הײַזער, אין וועל- כע ס'האָבן געלעבט די אלטע איבערוואנדערער און לויט װאָס מע האָט נאָך פונדערװײַטן דער- קענט א ייַדיש דאָרף? זיי באהאלטן זיך אויס הינטער די נײַע מױיערן, צי זיי זײַנען פאר דער
צײַט אינגאנצן פונדאנען פארשװוּנדן צוזאמען מיט זייערע באלעבאטים?
אזוי צי אנדערש, נאָר איך פיל קימאט ניט, אז איך בין אין א דאָרף. צי דען האָט פאר די זעקס יאָר, װאָס איך בין דאָ ניט געווען, זיך אויך געביטן דער פערטער יישעװו -- דאָס דאָרף קלימאָווע, -- װוּהין איך האלט דעם וועג, און כ'װועל עס אויך ניט דערקענען, װי כ'האָב ניט דערקענט דעם צוייטן ייַשעווֹ-- דאָס דאָרף ,װאָסכאָד??
ניין, קלימאָווע האָט ניט באגעגנט דעם אוו" טאָבוס מיט הויכע הייבקראנען און פיר-פינפ- שטאָקיקע מויערן. נאָר סײַווי דערקען איך דאָ גאָרניט. כ'זאָל זיך ניט געווען שעמען פאר זיך אליין, װאָלט איך זיך אָנגעפרעגט בא די, וועל- כע זײַנען צוזאמען מיט מיר ארויס פונעם אוו- טאָבוס, וויאזוי הייסט דאָס דאַזיקע דאָרף. פאר זיי האָב איך דאָך זיכער ניט װאָס זיך צו שע- מען. קיינער פון זיי קען מיך ניט און קיינעם פון זיי קען איך ניט. און אויב עס געפינט זיך יאָ צװוישן זיי עמעצער פון די אמאַליקע איבער- וואנדערער, איז האָבן מיר זיך ביידע פאר דער צײַט אזוי געענדערט, אז ס'איז אונדז ניט צו דערקענען. שעם איך זיך ניט און בעט בא די ארויסגעשטיגענע צוזאמען מיט מיר פּאסא- זשירן, מע זאָל מיר אָנװײַזן די גאס, אף וועל- כער איך האָב העכער א יאָר צײַט אמאָל גע- לעבט. זײַנען אָבער די סימאָנים, וועלכע איך גיב אָן, קיין סימאָנים ניט, און די פריערדיקע אדרעסן: ,די גאס", ,יענע גאס", קיין אדרעסן ניט, מאכמעס עס זײַנען צוגעקומען נײַע גאסן אי אין דער לענג, אי אין דער קווער, און יע- דער גאס האָט א נאָמען און יעדער היף א נומער. הײַנט גיי דערקען אין דעם איצטיקן דאָרף קלימאָווע דעם געוועזענעם איבערוואנ- דערישן ערד-כיילעק ראטנשטאדט, אויב ער באשטייט שוין מער ניט פון קיין צוויי דער- װײַטערטע איינע פון דער אנדערער גאסן, און עס זײַנען פארשװוּנדן צװישן זיי די מילכיק- װײַסע סילאָסיטורעמלעך, דער ארטעזיאנער ברונעם, די פערד-שטאל... די װײַטערדיקע סי- מאָנים, וועלכע איך גיב אָן, אז אף , מײַן" גאס איז געווען די קראָם, דער קלוב, די שול, זײַ- נען, לאָזט זיך אויס, שוין אויך קיין סימאָנים ניט. אין דער אײינשטאָקיקער געבײַדע פון דער שול מיט די עטלעכע ענגע צימערן איז איצט א שפּאָרקאסע און קורסן פאר מעכאניזאטאָרן, און די שוֹל, אף וועלכער איך פרעג זיך נאָך, האָט זיך שׁוֹין לאנג איבערגעקליבן אף אן אנ- דער אָרט, אין א צװײישטאָקיקן מויער מיט פיל- צאָליקע ליכטיקע קלאסן. מיטן קלוב איז זיך אויך פארלאָפן דאָס זעלבע, ער האָט זיך ארי- בערגעקליבן אין א נײַער געבײַדע און אף אף
אנדער פּלאץ, און האָט איצטער אן אנדערן נאָ- מען: קולטור-הויז.
איז לוט ועלכע סימאָנים לאָזט זיך פאָרט דערקענען א געוועזענער ייַדישער ייִשעוו? לוט די רויטע טשערעפּיצענע דעכער? זעט מען זי אָבער קימאט אינגאנצן ניט ארויס. פון די הויך ארומגעצאמטע הויפן קוקן ארויס צו דער גאס צעוואקסענע סעדער. און וילנדיק ניט ווילנדיק גיט זיך מיר א שטעל אוועק פאר די אויגן די זעלבע גאס, מיט וועלכער איך גיי, אזא, וי זי איז געווען, ווען איך האָב דאָ גע- װוינט און האָט זיך מיר פארהיט אין זיקאָרן אפן גאנצן לעבן. ניין, זי האָט זיך מיט גאָרניט אויסגעטיילט פון אנדערע גאסן אין די איבער- וואנדערישע ייִשוּווים פון יענער צײַט. אף דער גאנצער גאס, װי לאנג זי אין ניט, איז קיין איין שטוב ניט געװוען ארומגעצאמט מיט א פּארקן. מע האָט ניט געדארפט עפענען קיין קאליטקע און אָנקלאפּן צו יענעם אין דער טיר, די הײַזער זײַנען געשטאנען אָפֹן. ס'האָט גע- מאכט דעם אײַנדרוק, אז אין גאנצן ייִשעװו, וי גרויס ער זאָל ניט זײַן, װוינט איין מישפּאָכע, א גרויסע צונויפגעלעבטע מישפּאָכע. צי איז ניט פארלוירנגעגאנגען אָט די קרויוועשאפט דורך דעם, װאָס די הײַזער האָבן זיך איצט אָפּגע- טיילט איינס פונעם אנדערן מיט א פּארקן און מיט א טױער?
פרעגנדיק עס זיך, דערזע איך ניט װײַט פון מיר, װי עס טוען זיך ברייט א צעעפן ביידע האלבע טויערן פון א הויף און עס פאָרט פון דאָרט ארויס א לײַכטע מאשין. זי טראָגט זיך דורך פארבײַ און שטעלט זיך באלד אָפּ. דער מענטש, װאָס איז ארויס פון דער ,זשיגולי, לאָזט זיך האסטיק גיין צו מיר מיט אויסגע- שטרעקטע הענט. אין עטלעכע רעגעס ארום זײַנען מיר איינער באם אנדערן אין די אָרעמס און צעקושן זיך לויטן ייַדישן שטייגער -- בלויז איין מאָל, נאָר לאנג און הייס.
איך קוק אפן װוּקסיקן קרעפטיקן מאנצבל מיטן געדיכטן גראָװויװוערנדיקן קאָפּ האָר און קאָן זיך נאָך אלץ ניט פאָרשטעלן, אז דאָס איזן כאיִם פליערשטיינס, מײַן אמאָליקן שאָכנס ייָנ- געלע, בערל.
2
קיין נײַס פאֹר מיר איז עס ניט, אז באָריס פײַערשטיין איז שוין א היפּש ביסל יאָרן דער אָנפירער פון דער דריטער אָפּטײלונג, װי עס רופט זיך איצט אפן קאָלװירטישן לאָשן דער דאָזיקער פערטער ערד-כיילעק, דאָס דאָרף קלי- מאָװוע, װאָס לויטן פארנעם פון דער ווירטשאפט איז עס איצט עפשער גרעסער פון אלע פריער- דיקע פינף ייִדישע קאָלװירטן פונעם ראטנדאָר-
פפ
פער דאָרפסראט צוזאמען גענומען. אויסער דעם, װאָס באָריס פײַערשטיין האָט צו טאָן מיט נײַן בריגאדעס, דארף ער אויך דײַגענען וועגן דעם קאָנסערװן- און װײַן"זאװאָד. און כאָטש איך ווייס עס אלץ פונעם פריערדיקן מאָל, דאָך בין איך אין א פארלעגנהײַט, וולאזוי זיך װענדן צו אים: אף ,דו", צי אף ,איר", בלויז באם נאָמען , באָריס", צי אויך באם פאָ- טערנאָמען ,יעפימאָוויטש?. ער האָט זיכער בא- מערקט מײַן פארלעגנהײַט, באמערקט, וי איך שלינג אראָפּ דעם , דו" און דעם , איר", דעם ,באָריס?" און דעם ייעפימאַוויטש?", נאָר ער װײַזט עס פאר מיר מיט גאָרניט ארויס.
דערציילן פײַערשטיינען, װאָס האָט מיך אראָפּגעבראכט הײַנט אהער, דארף איך ניט. שוין דערפון אליין, וויַאזוי ער האָט מיך באגעגנט, איז געווען צו זען, אז איך בין ניט דער אייג- ציקער גאסט דאָ פון די אמאַליקע היגע טוי- שווים, װאָס קומען שטילן אין זיך די בענק- שאפט, זען זיך מיט זייער פריערדיקער היים, און אויב מע זאָל זיי ניט װײַזן, װוּיאײַן און װוּיאויס,. װועלן זיי אליין גאָרניט דערקענען. כ'וואָלט בעפיירעש ניט דערקענט די שטוב, װוּ כ'האָב איבער א יאָר געהאלטן קווארטיר, ווען איך ווייס ניט, אז זי איז אין שכיינעס מיט זלי- נע, מיט פײַערשטיינס.
איבעריקס קיין פרײַע צײַט אין די דאָזיקע פארמיטיק-שאָען, אז ער זאָל מיך קאָנען ארומ- פירן װײַזן דעם דאָרף, האָט ער ניט. אף אים ווארטן נײַן בריגאדעס און אומעטום מוז ער יעדן טאָג זײַן: אפן פעלד, אפן װײַנגאָרטן, אין סאָד,. אף די פערמעס, בא די בויער, אפן זא" װאָד,. בא די מעכאניזאטאָרס, אין די וואר- שטאטן... דעריבֿער וועט ער זיך מיט מיר דורכ- גיין איבערן דאָרף סאָף טאָג, ווען ער וועט זיך א ביסל באפרײַען. איך זאָל אָבער, נאָכדעם וי ער האָט מיך ארײַנגעפירט צו זיך אין שטוב, ניט קלערן, אז בלויז בא אים, װײַל ער איז אופּראווליאיושטשי", דער פארוואלטער פון דער דריטער אָפּטײלונג, איז. דורכגעפירט וואסער- לייטונג אין שטוב, אז בלויז בא אים איז דער הויף אספאלטירט און דער סאָד--אזא גרוי- סער און געדיכטער, פירט ער מיך ארײַן אין א פּאָר שכיינעסדיקע הויפן און העלפט מיר דער- בײַ זיך דערמאָנען, װוער פון די איבערוואנדע- רער האָט דאָ פריַער געװוינט. בין איך אָבער ניט זיכער, צי דער ייִדישער קאַלװירטניק, װאָס האָט דאָ פריער געלעבט און זיך ניט צוריקגע- קערט פון דער עוואקואציע, װאָלט דערקענט איצט די אייגענע שטוב. און וי װאָלט ער גע- קאָנט זי דערקענען, אויב די שטוב זײַנע איז אָן דעם גרויסן רוסישן אויוון, וועלכן מע פלעגט הייצן מיט שטרוי און קורײַ, אָן א האנטפאס זיך אײַנצוּוואשן, אָן א שטאל אף צו האלטן א בע-
6
היימע, אָן א שטעלעכל פאר די אויפעס? נאָר ער טרעפט דאָ אלץ וי אין א װוויל-אײַנגעאָרדג- טער שטאָטישער דירע: וואסערלייטונג, גאז, א טעלעװיזאָר, ביכער אין דער שאפע. בא דער דרויסנדיקער ארײַנגאנגסיטיר איז ניטאָ די אײַזערנע ,סקאָבע?, אָן וועלכער מע פלעגט אָפּשאָבן פון די שיך און שטיוול די קלעפּיקע בלאָטע מיט די פארקנאָטענע אין איר שטרויע- לעך און פּאָלאָװע. װוּ בלאָטע, ווען בלאָטע, אז ניט נאָר די גאס און די טראָטוארן זײַנען אס- פאלטירט, נאָר אויך די הויפן. דער פריערדי- קער באלעבאָס פון דער שטוב װאָלט זיכער אויסגעשטארצט די אויגן, ניט אָנגעהויבן בא- נעמען -- פונוואנען קומען אהער אָט דער ברייט צעוואקסענער סאָד, אָט די הויכע, צעצװײַגטע ביימער, געדיכט באהאנגענע מיט עפּל, בארן פלוימען?.. אין זײַנערצײַט איז אפן גאנצן ייִשעוו עפשער געווען א צענדליק ביימלעך, דארינקע, נידעריקע ביימלעך. און ויָאזוי האָבן אונטער דער הייסער דאָרעמדיקער זון געקאָנט וואקסן ביימער, אויב אפן גאנצן דאָרף איז געוען בלויז איין ארטעזיאנער ברונעם, און געפּאָמ- פּעט האָט פון דער טיף דאָס וואסער א שוא- כינק מאָטאָרל? צײַטנװײַז האָט אויסגעפעלט וואסער צום טרינקען, איז װוי האָט מען געקאָנט האָבן אין זינען די עטלעכע פארפלאנצטע ביי- מער? איצט אָבער, װוען דער זעלבער סטעפּ, װאָס האָט געלעכצט נאָך א טראָפּן וואסער, פארכלינעט זיך אזש פון די דניעפּער-וואסערן אין קאנאל, געדענקט שוין קימאט קיינער ניט, וי געהײיליקט ס'איז דאָ געווען יעדער טראָפּן וואסער. '
אָנטרעפנדיק אין איינעם פון די הויפן א הויכע ווערבע מיט לאנגע, נידעריק אראָפּגע- האנגענע צװײַגן, װי זי זאָל וואקסן בא א טײַך, אף וועלכער איך פלעג אין דער קינדהײַט זיך פארקלײַבן קאיאָר מיטן עלטערן ברודערל אָנ- רלַסן הוישאנעס און האנדלען דערנאָכדעם מיט זי אינעם באָלאָטינקער בעסמעדרעש.
-- אויב איר זײַנט ניט מיד און האָט כיי- שעק, -- רופט זיך אָן, זיצנדיק שוין אין דער מאשין, באָריס פײַערשטײן, -- איז קאָנט איר זיך דורכפאָרן מיט מיר א קוק טאָן, ויָאזוי זעט איצט אויס די צעלינא, וועלכע ס'האָבן דאָ אופ- געהויבן די ערשטע ייִדישע איבערוואנדערער. מײַן טאטע, אָלעווהאשאָלעם, אין אפן דאָזיקן ייִשעוו אויך געווען צװישן די ערשטע.
-- נו, און אויסער אײַך, -- טו איך א פרעג פײַערשטיינען, ווען מיר פאָרן שוין היפּש אָפּ, -- און די עטלעכע ייִדישע מישפּאָכעס, װאָס װווי- נען דאָ, געדענקט נאָך עמעצער, ער האָט דאָ אופגעהויבן די צעלינא, װאָס איז געווען הארט וי א שטיין און ווילד פארוואקסן מיט שטעכל- קעס און קורײַ, און אז געאקערט האָט מען זי
ניט מיט טראקטאָרס, נאָר מיד נאָכגעשלעפּט זיך נאָך די צוגעשטאנענע פערדלעך? און אן די, װאָס האָבן אויסגעבויט דאָ די ערשטע הײַזער, האָבן פריֶער זיך גענוג אָנגעפרוירן ווינטער אין די ערדשטיבלעך און זומער זיך געשטיקט פון היץ אין די ברעזענטענע בײַדלעך, פירנדיק מילכאָמעס מיט די מאכנעס פליגן און אינזעקטן, װאָס האָבן ביז בלוט צעגעסן דאָס לײַב? ווייסט וועגן דעם נאָך עמעצער, אויסער אײַך? דערי מאָנט עס דאָ ווען-ניט-יאיז עמעצער, אויסער אײַך?
מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז אים האָט א ביסל פארכידעשט, װאָס איך פרעג אים וועגן דעם. איך בין דאָך, דאכט זיך, ניט פון די געסט, וועלכע נייטיקן זיך, מע זאָל זיי דאָ איטלעכע זאך דערקלערן און פארטײַטשן. פאראן זאכן, װאָס א געוועזענער היגער טוישעוו, וי איך, מעג סּאָפּקאָלסאָף אליין פארשטיין, ביפראט, אז איך בין דאָ ניט אזא זעלטענער גאסט. און עפשער האָט גאָר עפּעס אנדערש באטײַט זײַן שװײַגן, ס'הייסט, ס'איז ניט אזא פראגע, אף וועלכער ער קאָן גלײַך ענטפערן, ער דארף זיך פּריִֶער דערין גוט ארײַנטראכטן
שטער איך אים ניט. נאָר ווען די מאשין הערט אוף צו לויפן אזוי מעסוקענערװײַז, און פארבלי דעם אָפּענעם פענצטערל טראָגן זיך ניט דורך שוין אזוי געשווינד די װײַט אוועקגיי ענדיקע צום האָריזאָנט צײַטיקע פרוכטיסעדער, װווּ די ביימער זײַנען אויסגעשטעלט אין א קא- רע, װי סאָלדאטן אף א פּאראד, רוף איך זיך אָן צוֹ פּײַערשטיינען, אז כװאָלט פונדעסטועגן וועלן הערן, װאָס האָט ער מיר דערוף צו ענט- פערן, כאָטש מיר האָט אף דער זעלבער פרא- גע מיט פיל יאָר צוריק געהאט געענטפערט מײַן אלטער באקאנטער עליע יעהודין.
-- כ'קאָן אײַך אן ערעך זאָגן, װאָס האָט ער אײַך אף דעם געענטפערט.
-- דעהײַנע?-- ווערט מיר טשיקאווע.
-- דאָס זעלבע, װאָס איך קאָן אײַך דערוף ענטפערן אצינדער: שוין אין דעם אליין, װאָס איך בין דאָס וויפלטע יאָר דאָ דער אָנפירער פוֹן דער דאָזיקער אָפּטײלונג, האָט איר דעם ענטפער, װײַל ס'איז ניטאָ בא אונדז דאָ דער מענטש, וועלכער זאָל ניט וויסן, אז איך בין פון די ערשטע ייַדישע איבערוואנדערער, און אז קיינער קאָן אזוי גוט ניט דעם סטעפּ װי דער, װאָס האָט זיך מיט אים געייסעקט, ווען ער איז נאָך געווען אינגאנצן א ווילדיפארוואק- סענער, און אז ביז דער ייִדישער איבערוואנ- דערער האָט דערלעבט פֿון אים א ביסל נאכעס, האָט ער זיך גענוג אָנגעבידעװעט, געהאט פון אים אויסצושטיין אי קאלטס, אי ווארעמס, -- פײַערשטיין האָט פארלאנגזאמט דעם גאנג פון דער מאשין.--איך קאָן זיך, זעלבסטפארשטענד-
לעך, ניט גלײַכן צו מײַן טאטן, אָדער צו עמעצן אן אנדערן פון די אלטע איבערוואנדע- רער. איך האָב טאקע באוויזן נאָך פארזוכן דעם טאם פון א זעמליאנקע און פון א זומער-בלידל, אָבער נאָכן אקער, וי מײַן טאטע, בין איך ניט געגאנגען און אף קיין לאָבאָגרײקע אויך ניט געזעסן. איך בין סאכאקל אלט געווען, ווען מע האָט מיך אראָפּגעבראכט אהער, אפן סטעפּ, בא פיר יאָר. איך בין אָבער אויסגעוואקסן דאָ. און דאָס האָט, װי איר פארשטייט אליין, עפּעס- װאָס צו זאָגן. און טאקע דערפאר, װײַל מע ווייסט דאָ, װאָס איז אזוינס אן אלטער ייִדי- שער איבערוואנדערער, איז מען צוגעשטאנען צו מיר, אז כ'זאָל זיך שיידן מיט דער שול, אין וועלכער, װי איר געדענקט, כ'האָב זיך אמאָל געלערנט און װוּ כ'האָב נאַכן פארענדיקן דעם סימפעראָפּאָלער פּעדאגאָגישן אינסטיטוט א היפּש ביסל יאָר אונטעריכטעט פיזיק און מא" טעמאטיק, און זיך פארנעמען מיטן סטעפּ, אָנ- פירן מיט דער דריטער אָפּטײלונג, וועלכע איז, וי איר האָט געקאָנט באמערקן, ניט צו פאר- גלײַכז מיט דעם, װאָס דאָ איז געווען אין די פריערדיקע יאָרן. די צײַט אין איצט אן אנ- דערע און דער פארנעם איז איצט אן אנדערער.
-- יאָ, איר האָט דאָך מיר אָבער, --- טו איך אים א דערמאָן, -- געװאָלט זאָגן, װאָס עס האָט אף דער זעלבער פראגע מיר געהאט געענט- פערט עליע יעהודין.
פײַערשטיין באהאלט ניט אויס פון מיר, אז אים װוּנדערט, ויַאזוי האָב איך ביכלאל גע- קאָנט פארגעבן יעהודינען אזא פראגע:
-- כ'ווייס ניט, צי װעט איר באגעגענען אין אונדזערע קרימער קאָלװירטן און סאָװוירטן כאָטש איינעם, װאָס זאָל ניט געווען הערן וועגן עליע יעהודינען און ער זאָל דערבײַ ניט וויסן, אז איליא אבראמאָוויטש איז פון די סאמע ער- שטע איבערוואנדערער אפן קרימער סטעפּ. ער איז געקומען אהער מיט עטלעכע און פופציק יאָר צוריק, אינעם זעלבן יאָר, װאָס מיר זײַנען געקומען. מ